Publicidade

2 Crônicas 16

1 אין זעקס און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה, איז בַעְשָא דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה, און ער האָט אַרומגעבױט רָמָה, כּדי נישט צו דערלאָזן אַן אַרױסגײער און אַן אַרײַנגײער צו אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה.

2 האָט אָסאָ אַרױסגענומען זילבער און גאָלד פֿון די אוֹצרות פֿון ה׳ס הױז און דעם מלכס הױז, און אַװעקגעשיקט צו בֶן-הַדַד דעם מלך פֿון אַרָם, װאָס איז געזעסן אין דַרמֶשֶׂק, אַזױ צו זאָגן: 3 אַ ברית איז צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַן פֿאָטער און צװישן דײַן פֿאָטער; אָט שיק איך דיר זילבער און גאָלד; גײ פֿאַרשטער דײַן ברית מיט בַעְשָא דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי ער זאָל אָפּציִען פֿון מיר.

4 האָט בֶן-הַדַד צוגעהערט צו דעם מלך אָסאָ, און ער האָט געשיקט זײַנע חיל-לידער אױף די שטעט פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געשלאָגן עִיוֹן, און דָן, און אָבֵֿל-מַיִם, און אַלע שפּײַכלערשטעט פֿון נַפֿתָּלי.

5 און עס איז געװען, װי בַעְשָא האָט דערהערט, אַזױ האָט ער אױפֿגעהערט אַרומבױען רָמָה, און האָט אָפּגעשטעלט זײַן אַרבעט. 6 און דער מלך אָסאָ האָט גענומען גאַנץ יהוּדה, און זײ האָבן אַװעקגעטראָגן די שטײנער פֿון רָמָה, און אירע האָלצן, מיט װאָס בַעְשָא האָט געבױט. און ער האָט מיט זײ אַרומגעבױט גֶבַֿע און מִצפָּה.

7 און אין יענער צײַט איז געקומען חַנָני דער זעער צו אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט זיך אָנגעלענט אױף דעם מלך פֿון אַרָם, און האָסט זיך נישט אָנגעלענט אױף ה׳ דײַן ג-ט, דערום איז דער חיל פֿון דעם מלך פֿון אַרָם אַנטרונען געװאָרן פֿון דײַן האַנט. 8 זײַנען נישט די כּוּשים און די לובֿים געװען אַ גרױסער חיל מיט רײַטװעגן און מיט רײַטער זײער פֿיל? אָבער אַז דו האָסט זיך אָנגעלענט אױף ה׳, האָט ער זײ געגעבן אין דײַן האַנט. 9 װאָרעם די אױגן פֿון ה׳ װאַנדערן אום איבער דער גאַנצער ערד, זיך צו שטאַרקן פֿאַר די װאָס זײער האַרץ איז אים גאַנץ. דו ביסט נאַריש געװען אין דעם, װאָרעם פֿון אַצונד אָן װעלן בײַ דיר זײַן מלחמות.

10 האָט אָסאָ געצערנט אױף דעם זעער, און ער האָט אים אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה; װײַל ער איז געװען אין כּעס אױף אים דערפֿאַר. און אָסאָ האָט געדריקט טײל פֿון דעם פֿאָלק אין יענער צײַט.

11 און אָט די זאַכן װעגן אָסאָן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהוּדה און יִשׂרָאֵל.

12 און אָסאָ איז קראַנק געװאָרן אױף זײַנע פֿיס אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון זײַן מלוכה; זײַן קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק; אָבער אַפֿילו אין זײַן קראַנקשאַפֿט האָט ער נישט געפֿרעגט בײַ ה׳ נײַערט בײַ די דאָקטערס.

13 און אָסאָ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און איז געשטאָרבן אין אײן און פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. 14 און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר װאָס ער האָט זיך געלאָזט גראָבן אין דָוִדס-שטאָט, און מע האָט אים אַרײַנגעלײגט אין אַ געלעגער װאָס מע האָט אָנגעפֿילט מיט געװירצן און פֿארשידענע מינים, צובאַרײט דורך בשׂמים-מאַכערײַ, און מע האָט פֿאַרברענט נאָך אים אַ גרױסע פֿאַרברענונג ביז גאָר.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-