Publicidade

2 Crônicas 14

1 און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ זײַן ג-ט. 2 און ער האָט אָפּגעטאָן די פֿרעמדע מזבחות און די בָמות, און ער האָט צעבראָכן די זײַלשטײנער, און האָט אָפּגעהאַקט די געצנבײמער. 3 און ער האָט אָנגעזאָגט יהוּדה צו זוכן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און צו טאָן די תּורה און דאָס געבאָט. 4 און ער האָט אָפּגעטאָן פֿון אַלע שטעט פֿון יהוּדה די בָמות און די זונזײַלן. און דאָס קיניגרײַך איז געװען רויִק אונטער אים. 5 און ער האָט געבױט פֿעסטונגשטעט אין יהוּדה, װאָרעם דאָס לאַנד איז געװען רויִק, און בײַ אים איז נישט געװען קײן מלחמה אין יענע יאָרן, װײַל ה׳ האָט אים באַרוט. 6 און ער האָט געזאָגט צו יהוּדה: לאָמיר פֿאַרבױען די דאָזיקע שטאָט, און אַרומרינגלען מיט אַ מױער און טורעמס, טירן און ריגלען, אַזױ לאַנג דאָס לאַנד ליגט פֿאַר אונדז, װײַל מיר האָבן געזוכט ה׳ אלוקינו; מיר האָבן אים געזוכט, און ער האָט אונדז באַרוט פֿון רונד אַרום. און זײ האָבן געבױט, און האָבן באַגליקט. 7 און אָסאָ האָט געהאַט אַ חיל װאָס האָט געטראָגן פּאַנצערס און שפּיזן, פֿון יהוּדה דרײַ הונדערט טױזנט; און פֿון בנימין, די װאָס האָבן געטראָגן אַ שילד און געשפּאַנט אַ בױגן, צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט. די אַלע זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים.

8 איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ זֶרַח דער כּוּשי מיט אַ חיל פֿון טױזנט מאָל טױזנט, און רײַטװאָגן דרײַ הונדערט, און ער איז געקומען ביז מָרֵשָה. 9 איז אָסאָ אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אין טאָל פֿון צפֿת בײַ מָרֵשָה. 10 און אָסאָ האָט גערופֿן צו ה׳ זײַן ג-ט, און ער האָט געזאָגט: ה׳, נישטאָ אַחוץ דיר צו העלפֿן צװישן דעם מאַכטיקן און דעם װאָס אָן כּוֹח; העלף אונדז, ה׳ אלוקינו, װאָרעם אױף דיר לענען מיר זיך אָן, און אין דײַן נאָמען זײַנען מיר געקומען אױף דעם דאָזיקן גרױסן המוֹן. דו ביסט ה׳ אלוקינו; זאָל נישט אַ מענטש אױסהאַלטן אַקעגן דיר.

11 און ה׳ האָט געשלאָגן די כּוּשים פֿאַר אָסאָן און פֿאַר יהוּדה, און די כּוּשים זײַנען אַנטלאָפֿן. 12 און אָסאָ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זײ נאָכגעיאָגט ביז קײן גרָר, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון די כּוּשים, ביז פֿון זײ איז נישט געבליבן אַ לעבעדיקער; װאָרעם זײ זײַנען צעבראָכן געװאָרן פֿאַר ה׳ און פֿאַר זײַן מחנה. און זײ האָבן גענומען רױב זײער פֿיל. 13 און זײ האָבן געשלאָגן אַלע שטעט רונד אַרום גרָר, װאָרעם אַ פַּחד פֿון ה׳ איז געװען אױף זײ; און זײ האָבן אױסגערױבט אַלע שטעט, װאָרעם פֿיל רױב איז אין זײ געװען. 14 און אױך די פֿיגעצעלטן האָבן זײ געשלאָגן, און זײ האָבן געפֿאַנגען שאָף אַ סך, און קעמלען, און האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-