1 און יהוֹשָפֿט האָט געהאַט פֿיל עוֹשר און כּבֿוד; און ער האָט זיך מתחתּן געװען מיט אַחאָבֿן. 2 און נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון יאָרן האָט ער אַראָפּגענידערט צו אַחאָבֿן קײן שוֹמרוֹן, און אַחאָבֿ האָט געשלאַכט פֿאַר אים און פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס מיט אים שאָף און רינדער אַ סך, און ער האָט אים אײַנגערעדט אַרױפֿצוגײן קײן רָמוֹת-גִלעָד. 3 און אַחאָבֿ דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה: װילסטו גײן מיט מיר קײן רָמוֹת-גִלעָד? האָט ער געזאָגט: אַזױ װי דו אַזױ איך, און אַזױ װי דײַן פֿאָלק מײַן פֿאָלק, און אין אײנעם מיט דיר אױף מלחמה.
4 און יהוֹשָפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: פֿרעג הײַנט, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון ה׳. 5 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים, פֿיר הונדערט מאַן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: זאָלן מיר גײן קײן רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט: גײ אַרױף, און האלֹקים װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
6 האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: איז דאָ נישטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון ה׳, אַז מיר זאָלן פֿרעגן בײַ אים? 7 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן בײַ ה׳ דורך אים, אָבער איך האָב אים פֿײַנט, װײַל ער זאָגט נישט אױף מיר נבֿיאות צום גוטן, נײַערט אַלע זײַנע טעג צום שלעכטן; דאָס איז מיכָיָהו דער זון פֿון יִמלאָן. האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: זאָל דער מלך אַזױ נישט רעדן.
8 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל צוגערופֿן אַ הױפֿדינער, און האָט געזאָגט: ברענג אױף גיך מיכָיָהו דעם זון פֿון יִמלאָן.
9 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען געזעסן איטלעכער אױף זײַן טראָן אָנגעקלײדט אין בגדֵי-מַלכות; און זײ זײַנען געזעסן אין אַ דרעש-שײַער בײַ דעם טױעראײַנגאַנג פֿון שוֹמרוֹן, און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ. 10 און צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעֲנָהן האָט זיך געמאַכט אײַזערנע הערנער, און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן די אַרַמים ביז זײ צו פֿאַרלענדן. 11 און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דאָס גלײַכן, אַזױ צו זאָגן: גײ אױף רָמוֹת-גִלעָד, און באַגליק, און ה׳ װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
12 און דער שליח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מיכָיָהון, האָט גערעדט צו אים, אַזױ צו זאָגן: זע, די װערטער פֿון די נבֿיאים זײַנען װי אײן מױל גוטס אױפֿן מלך; טאָ זאָל, איך בעט דיך, דײַן װאָרט זײַן אַזױ װי פֿון אײנעם פֿון זײ, און רעד גוטס. 13 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳, אַז דאָס װאָס מײַן ג-ט װעט זאָגן, דאָס װעל איך רעדן!
14 און װי ער איז געקומען צום מלך, האָט דער מלך צו אים געזאָגט: מִיכָה, זאָלן מיר גײן קײן רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? 15 האָט ער געזאָגט: גײט אױף און באַגליקט, און זײ װעלן געגעבן װערן אין אײַער האַנט. האָט דער מלך צו אים געזאָגט: ביז װיפֿל מאָל זאָל איך דיך באַשװערן, אַז דו זאָלסט נישט רעדן צו מיר נאָר דעם אמת אין נאָמען פֿון ה׳? 16 האָט ער געזאָגט: איך האָב געזען גאַנץ יִשׂרָאֵל צעשפּרײט אױף די בערג, אַזױ װי שאָף װאָס האָבן נישט קײן פּאַסטוך, און ה׳ האָט געזאָגט: אָן אַ האַר זײַנען די דאָזיקע; זאָלן זײ זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן הױז בשלום.
17 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: האָב איך דיר נישט געזאָגט, ער װעט נישט נבֿיאות זאָגן אױף מיר גוטס, נײַערט צום שלעכטן?
18 האָט ער געזאָגט: דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: איך האָב געזען װי ה׳ זיצט אױף זײַן טראָן, און דער גאַנצער חיל פֿון הימל שטײט אױף זײַן רעכטער זײַט און אױף זײַן לינקער. 19 און ה׳ האָט געזאָגט: װער װעט אָנרעדן אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, ער זאָל אַרױפֿגײן, און פֿאַלן אין רָמוֹת-גִלעָד? האָט מען גערעדט: דער זאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ. 20 איז אַרױסגעגאַנגען דער גײַסט, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר ה׳, און האָט געזאָגט: איך װעל אים אָנרעדן. האָט ה׳ צו אים געזאָגט: מיט װאָס? 21 האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױסגײן און װערן פֿאַר אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע זײַנע נבֿיאים. האָט ה׳ געזאָגט: װעסט אָנרעדן, און װעסט אױך אױספֿירן; גײ אַרױס און טו אַזױ. 22 און אַצונד, זע, ה׳ האָט אַרײַנגעגעבן אַ גײַסט פֿון ליגן אין דעם מױל פֿון די דאָזיקע נבֿיאים דײַנע, אָבער ה׳ האָט אָנגעזאָגט אױף דיר שלעכטס.
23 האָט גענענט צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעֲנָהן, און האָט געשלאָגן מיכָיָהון אױפֿן באַק, און געזאָגט: אױף װאָסער װעג איז דער גײַסט פֿון ה׳ אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר כּדי צו רעדן מיט דיר? 24 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אָט װעסטו זען אין יענעם טאָג, װען דו װעסט אַרײַנגײן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער זיך צו באַהאַלטן.
25 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: נעמט מיכָיָהון, און גיט אים אָפּ צו אָמוֹן דעם האַר פֿון דער שטאָט, און צו יוֹאָש דעם מלכס זון, 26 און איר זאָלט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: טוט אַרײַן דעם דאָזיקן אין געפֿענקעניש, און שפּײַזט אים מיט קאַרג ברױט און קאַרג װאַסער, ביז איך קער זיך אום בשלום. 27 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אױב אומקערן װעסטו זיך אומקערן בשלום, האָט ה׳ נישט גערעדט דורך מיר. און ער האָט געזאָגט: הערט דאָס צו, איר פֿעלקער אַלע.
28 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן רָמוֹת-גִלעָד. 29 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: איך װעל זיך פֿאַרשטעלן, און װעל אַרײַנגײן אין דער מלחמה, און דו טראָג דײַנע קלײדער. און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך פֿאַרשטעלט, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער מלחמה.
30 און דער מלך פֿון אַרָם האָט באַפֿױלן די הױפּטלײַט פֿון זײַנע רײַטװעגן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט קלײן אָדער גרױס, נאָר מיטן מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַלײן. 31 און עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען יהוֹשָפֿטן, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: דאָס איז דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן אים אַרומגערינגלט מלחמה צו האַלטן. האָט יהוֹשָפֿט אַ געשרײ געטאָן, און ה׳ האָט אים געהאָלפֿן, און אלֹקים האָט זײ אָפּגעצױגן פֿון אים.
32 װאָרעם עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען אַז דאָס איז נישט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ זײַנען זײ אָפּגעטרעטן פֿון הינטער אים.
33 און אַ מאַן האָט אָנגעצױגן זײַן בױגן גלאַט אין דער װעלט, און האָט געטראָפֿן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל צװישן דעם אונטערפּאַנצער און צװישן דעם ברוסטשילד. האָט ער געזאָגט צו דעם טרײַבער: פֿאַרקער דײַן האַנט, און זאָלסט מיך אַרױספֿירן פֿון דער מחנה, װאָרעם איך בין פֿאַרװוּנדט געװאָרן.
34 און די מלחמה איז געשטיגן אין יענעם טאָג; און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך אױפֿגעהאַלטן שטײענדיק אין דעם רײַטװאָגן אַנטקעגן די אַרַמים ביזן אָװנט; און אַקעגן דער צײַט פֿון זון-אונטערגאַנג איז ער געשטאָרבן.