1 און יוֹנהן האָט פֿאַרדראָסן אַ גרױס פֿאַרדראָס, און אים האָט געערגערט. 2 און ער האָט מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, ה׳, זײַנען דאָס נישט געװען מײַנע װערטער, װען איך בין נאָך געװען אױף מײַן ערד? דערום האָב איך זיך געפֿעדערט צו אַנטלױפֿן קײן תַּרְשִיש, װײַל איך האָב געװוּסט אַז דו ביסט אַ לײַטזעליקער און דערבאַרעמדיקער אֵל, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד, און האָסט חרטה אױף דעם בײז. 3 און אַצונד, ה׳, נעם צו, איך בעט דיך, פֿון מיר מײַן נפֿש, װאָרעם בעסער איך זאָל שטאַרבן, אײדער איך זאָל לעבן.
4 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: ערגערט דיך גוט?
5 און יוֹנה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט, און האָט זיך געזעצט אין מזרח פֿון שטאָט, און ער האָט זיך דאָרטן געמאַכט אַ בײַדל, און איז געזעסן אונטער אים אין שאָטן, ביז ער װעט זען װאָס װעט געשען מיט דער שטאָט. 6 האָט ה׳ אלֹקים אָנגעברײט אַ ריצנבױם, און ער איז אױסגעװאַקסן איבער יוֹנהן צו זײַן אַ שאָטן איבער זײַן קאָפּ, כּדי אים אַרױסצונעמען פֿון זײַן בײז געמיט, און יוֹנה האָט זיך געפֿרײט מיטן ריצנבױם אַ גרױס פֿרײד.
7 האָט האלֹקים אָנגעברײט אַ װאָרעם, װען דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען אױפֿן אַנדערן טאָג, און ער האָט צענאָגט דעם ריצנבױם, און ער איז פֿאַרטריקנט געװאָרן. 8 און עס איז געװען, װי די זון איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָט אלֹקים אָנגעברײט אַ שטילן מזרח-װינט, און די זון האָט געשלאָגן אױף יוֹנהס קאָפּ, און ער איז פֿאַרחלשט געװאָרן, און האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט, און האָט געזאָגט: בעסער איך זאָל שטאַרבן, אײדער איך זאָל לעבן.
9 האָט אלֹקים געזאָגט צו יוֹנהן: ערגערט דיך גוט װעגן דעם ריצנבױם? האָט ער געזאָגט: מיך ערגערט גוט, ביז צום טױט.
10 האָט ה׳ געזאָגט: דיר איז אַ שאָד אױף דעם ריצנבױם, װאָס נישט דו האָסט זיך אױף אים געמיט, און נישט דו האָסט אים אױפֿגעבראַכט; װאָס איז איבער נאַכט געװאָרן, און איבער נאַכט אונטערגעגאַנגען; 11 און מיר זאָל נישט זײַן אַ שאָד אױף דער גרוסיער שטאָט נינוֵה, װאָס אין איר זײַנען דאָ מער װי צװעלף מאָל צען טױזנט מענטשן, װאָס װײסן נישט צװישן זײער רעכטער האַנט און זײער לינקער, און אױך בהמות אַ סך?