Publicidade

Lamentações 3

1 איך בין דער מאַן װאָס האָט אָנגעזען פּײַן

דורך דער רוט פֿון זײַן צאָרן.

2 ער האָט מיך געפֿירט און געמאַכט גײן

אין פֿינצטערניש און נישט ליכטיקײט.

3 פֿאַר װאָר, קעגן מיר װידער און װידער

קערט ער זײַן האַנט אַ גאַנצן טאָג.

4 ער האָט אָפּגעצערט מײַן פֿלײש און מײַן הױט,

ער האָט צעבראָכן מײַנע בײנער.

5 ער האָט מיך באַבױט, און אַרומגערינגלט

מיט גיפֿט און מיט מאַטערניש.

6 ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין חושכנישן,

װי מתים פֿון לאַנג אָן.

7 ער האָט מיך פֿאַרצאַמט, אַז איך קען נישט אַרױסגײן,

ער האָט שװער געמאַכט מײַן קײט.

8 אַפֿילו װען איך שרײַ און רוף,

פֿאַרשפּאַרט ער מײַן תּפֿילה.

9 ער האָט פֿאַרצאַמט מײַנע װעגן מיט שטײנער,

ער האָט מײַנע שטעגן פֿאַרקרימט.

10 אַ לױערדיקער בער איז ער מיר,

אַ לײב אין פֿאַרבאָרגעניש.

11 ער האָט אָפּגעקערט מײַנע װעגן, און מיך צעריסן,

װיסט האָט ער מיך געמאַכט.

12 ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן,

און מיך געשטעלט פֿאַר אַ ציל צו דער פֿײַל.

13 ער האָט אַרײַנגעלאָזט אין מײַנע נירן,

די זין פֿון זײַן פֿײַלבײַטל.

14 איך בין געװאָרן אַ געלעכטער בײַ מײַן גאַנצן פֿאָלק,

זײער שפּאָטליד אַ גאַנצן טאָג.

15 ער האָט מיך אָנגעזעט מיט ביטערנישן,

מיך געזעטיקט מיט װערמוט.

16 און ער האָט צעבראָכן מיט שטײנדלעך מײַנע צײן,

ער האָט מיך געװעלגערט אין אַש.

17 און מײַן זעל איז פֿאַרשטױסן פֿון פֿריד,

איך האָב פֿאַרגעסן אָן גוטס.

18 און איך זאָג: פֿאַרלאָרן איז מײַן שטאַרקײט,

און מײַן האָפֿענונג פֿון ה׳.

19 די דערמאָנונג פֿון מײַן פּײַן און מײַן װאָגלעניש,

איז װערמוט און ביטערקרױט.

20 דערמאָנען דערמאָנט זיך מײַן זעל,

און זי בײגט זיך אין מיר.

21 דאָס ענטפֿער איך צו מײַן האַרצן,

דערום טו איך האַרן:

22 אַז די חסָדים פֿון ה׳ זײַנען נישט אױסגעגאַנגען,

אַז נישט געענדיקט האָט זיך זײַן רחמנות;

23 זײ זײַנען נײַ אַלע פֿרימאָרגן;

גרױס איז דײַן טרײַשאַפֿט.

24 ה׳ איז מײַן חלק, זאָגט מײַן זעל,

דערום האָף איך צו אים.

25 גוט איז ה׳ צו די װאָס האַרן אױף אים,

צו דער זעל װאָס טוט אים זוכן.

26 גוט איז מע זאָל האַרן אַ פֿאַרשװיגענער

אױף דער ישועה פֿון ה׳.

27 גוט איז פֿאַר אַ מענטשן,

אַז ער זאָל טראָגן דעם יאָך אין זײַן יוגנט;

28 ער זאָל זיצן אַלײן און שװײַגן,

װען מע האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אים;

29 ער זאָל לײגן אין אַש זײַן מױל,

אפֿשר איז אַ האָפֿענונג פֿאַראַן;

30 ער זאָל געבן די באַק צו זײַן שלעגער,

ער זאָל זיך זעטן מיט שאַנד.

31 װאָרעם נישט אױף אײביק פֿאַרלאָזט אֲדֹנָי;

32 װאָרעם אױב ער האָט פֿאַראומערט,

דערבאַרעמט ער אָבער לױט זײַנע גרױסע חסָדים.

33 װאָרעם נישט פֿון זײַן האַרצן פּײַניקט ער,

און פֿאַראומערט די מענטשנקינדער.

34 צו דריקן אונטער זײַנע פֿיס

אַלע געפֿאַנגענע פֿון דער ערד,

35 צו פֿאַרבײגן דעם משפּט פֿון אַ מאַן,

איז דערװידער דעם פּנים פֿון דעם עליון;

36 צו קריװדען אַ מענטשן אין זײַן קריג,

דאָס װיל אֲדֹנָי נישט זען.

37 װער איז דער װאָס קען הײסן, און עס זאָל געשען,

אַז אֲדֹנָי האָט נישט באַפֿױלן?

38 קומט נישט פֿון אױבערשטערס מױל אַרױס

דאָס שלעכטס און דאָס גוטס?

39 װאָס קען זיך באַקלאָגן אַ לעבעדיקער מענטש?

אַ מאַן בײַ אַלע זײַנע זינד?

40 לאָמיר נאָכזוכן און פֿאָרשן אונדזערע װעגן,

און לאָמיר זיך אומקערן צו ה׳.

41 לאָמיר אױפֿהײבן אונדזער האַרץ אױף די הענט

צו אֵל אין הימל.

42 מיר האָבן פֿאַרבראָכן און װידערשפּעניקט;

װילסט דו נישט פֿאַרגעבן?

43 האָסט זיך באַדעקט מיט צאָרן, און אונדז נאָכגעיאָגט,

האָסט געהרגעט אָן רחמנות;

44 האָסט זיך באַדעקט מיט אַ װאָלקן,

אַז קײן תּפֿילה זאָל נישט דורכגײן.

45 קױט און מיסט האָסטו אונדז געמאַכט

צװישן די פֿעלקער.

46 געעפֿנט האָבן זײער מױל אױף אונדז

אַלע אונדזערע שָׂונאים.

47 אַ גרױל און אַ גרוב איז געקומען אױף אונדז,

אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך.

48 בעכן װאַסער טוט רינען מײַן אױג

אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.

49 מײַן אױג גיסט, און װיל זיך נישט שטילן,

אָן אַן אױפֿהער,

50 ביז ה׳ פֿון הימל װעט לוגן און זען.

51 מײַן אױג טוט װײ מײַן זעל,

אום אַלע טעכטער פֿון מײַן שטאָט.

52 יאָגן װי אַ פֿױגל האָבן מיך געיאָגט

מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים.

53 זײ האָבן פֿאַרשניטן אין גרוב מײַן לעבן,

און שטײנער האָבן זײ געװאָרפֿן אױף מיר.

54 װאַסערן האָבן געפֿלײצט אױף מײַן קאָפּ,

איך האָב געזאָגט: איך בין אָפּגעשניטן.

55 איך האָב גערופֿן דײַן נאָמען, ה׳,

פֿון דער אונטערשטער גרוב.

56 האָסט געהערט מײַן קֹול,

זאָלסטו נישט פֿאַרהױלן דײַן אױער פֿון מײַן זיפֿץ,

פֿון מײַן געשרײ.

57 האָסט גענענט אין טאָג װאָס איך פֿלעג דיך רופֿן,

האָסט געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן.

58 האָסט זיך אָנגענומען, אֲדֹנָי, די קריג פֿון מײַן זעל,

האָסט אױסגעלײזט מײַן לעבן.

59 האָסט געזען, ה׳, מײַן קריװדע,

משפּט מײַן משפּט.

60 האָסט געזען זײער גאַנצע נקמה,

אַלע זײערע מחשבֿות אױף מיר.

61 האָסט געהערט זײער לעסטערונג, ה׳,

אַלע זײערע מחשבֿות אַקעגן מיר;

62 די ליפּן פֿון מײַנע פֿײַנט

און זײער טראַכטן אַקעגן מיר אַ גאַנצן טאָג.

63 זע זײער זיצן און זײער שטײן –

איך בין זײער שפּאָטליד.

64 זאָלסט זײ אומקערן, ה׳, אַ פֿאַרגעלטונג

לױט די מעשׂים פֿון זײערע הענט.

65 זאָלסט זײ געבן האַרצדולעניש, דײַן קללה אױף זײ!

66 זאָלסט זײ יאָגן מיט צאָרן,

און זײ פֿאַרטיליקן פֿון אונטער די הימלען פֿון ה׳.

Veja também

Publicidade
Lamentações
Ver todos os capítulos de Lamentações
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-