1 אַ מיזמור; אַ געזאַנג צו דער באַנײַונג פֿון הֵיכל פֿון דָוִדן.
2 איך דערהײב דיך, ה׳, װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעריכט,
און נישט דערפֿרײט מײַנע פֿײַנט איבער מיר.
3 ה׳ מײַן ג-ט, איך האָב געשריִען צו דיר,
און האָסט מיך געהײלט.
4 ה׳, האָסט אַרױפֿגעבראַכט פֿון שְׁאֹול מײַן זעל,
האָסט מיך אױפֿגעלעבט, איך זאָל נישט נידערן אין גרוב.
5 זינגט צו ה׳, זײַנע פֿרומע,
און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.
6 װאָרעם אַ רגע איז זײַן צאָרן,
אַ לעבן זײַן גוטװיליקײט.
איבער נאַכט בלײַבט געװײן,
און פֿרימאָרגנס איז געזאַנג.
7 און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן שלװה:
איך װעל נישט אומפֿאַלן קײן מאָל.
8 אין דײַן גוטװיליקײט, ה׳,
האָסטו געהאַט אױפֿגעשטעלט פֿעסט מײַן באַרג –
האָסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים,
און איך בין דערשראָקן געװאָרן.
9 צו דיר, ה׳, פֿלעג איך רופֿן,
און צו אֲדֹנָי פֿלעג איך בעטן:
10 װאָסער געװין איז אין מײַן בלוט,
אַז איך װעל נידערן אין גרוב?
קען דיך לױבן דער שטױב?
קען ער דערצײלן דײַן אמת?
11 הער, ה׳, און לײַטזעליק מיך,
ה׳, זײַ מיר אַ העלפֿער.
12 האָסטו מיר פֿאַרקערט מײַן קלאָג אין טאַנץ,
האָסט אָפּגעבונדן מײַן זאַקקלײד,
און מיך אָנגעגורט מיט פֿרײד;
13 דערום װעט דיך באַזינגען די זעל, און נישט שװײַגן.
ה׳ מײַן ג-ט, אײביק װעל איך דיר דאַנקען.