1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שושַן-עדות; אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן פֿאַר אַ לערנונג, 2 װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַרַם-נַהרַיִם און אַרָם פֿון צוֹבֿה, און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט, און האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין טאָל פֿון זאַלץ צװעלף טױזנט.
3 אלֹקים, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, האָסט אונדז צעבראָכן;
האָסט געצערנט אױף אונדז, זאָלסטו אונדז װידער אױפֿריכטן.
4 האָסט אױפֿגעשטורעמט די ערד, האָסט זי צעשפּאָלטן;
הײל אירע בראָכן, װאָרעם זי װאַקלט זיך.
5 האָסט געמאַכט זען דײַן פֿאָלק שװערע לײַדן,
האָסט אונדז אָנגעטרונקען מיט װײַן פֿון פֿאַרטומלעניש.
6 גיב דײַנע פֿאָרכטער אַ פֿאָן,
זיך אײַנצוזאַמלען פֿאַרן אמת.
סֶלָה.
7 כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן,
העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.
8 אלֹקים האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט,
אַז איך װעל דערפֿרײט װערן;
איך װעל צעטײלן שכֶם,
און דעם טאָל סוכּוֹת װעל איך אױסמעסטן.
9 מײַן איז גִלעָד, און מײַן איז מנַשֶה,
און אפֿרים איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ;
יהוּדה איז מײַן צעפּטער.
10 מוֹאָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ;
אױף אֶדוֹם װאַרף איך מײַן שוך;
איבער מיר, פּלֶשֶת, װעסטו שרײַען.
11 װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט?
װער טוט מיך פֿירן קײן אֶדוֹם?
12 פֿאַר װאָר, דו אלֹקים האָסט אונדז פֿאַרלאָזט,
און גײַסט נישט אַרױס, אלֹקים, מיט אונדזערע מחנות.
13 גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט,
װאָרעם נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן.
14 מיט אלֹקים װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות,
און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.