Publicidade

Salmos 43

1 טו מיר רעכט, אלֹקים,

און קריג מײַן קריג קעגן פֿאָלק אומדערבאַרעמדיק;

פֿון דעם מאַן פֿון באַטרוג און אומרעכט

זאָלסטו מיך מאַכן אַנטרינען.

2 דו ביסט דאָך דער אלֹקים פֿון מײַן שטאַרקײט,

פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?

פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן

פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?

3 שיק דײַן ליכט און דײַן אמת,

זײ זאָלן מיך פֿירן;

זײ זאָלן מיך ברענגען צו דײַן הײליקן באַרג,

און צו די װױנונגען דײַנע.

4 און לאָמיך קומען צום מזבח פֿון אלֹקים,

צו אֵל, דער פֿרײד פֿון מײַן לוסטיקײט;

און לאָמיך דיך לױבן אױף אַ האַרף,

אלֹקים מײַן ג-ט.

5 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל,

און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?

האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן –

די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן ג-ט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-