Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 49

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ מיזמור.

2 הערט דאָס צו, אַלע פֿעלקער,

פֿאַרנעמט, אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט,

3 סײַ אַזױ מענטשן, סײַ אָנגעזעענע לײַט,

רײַך און אָרים אין אײנעם.

4 מײַן מױל װעט רעדן חכמה,

און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן װעט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

5 איך װעל נײַגן צו אַ משל מײַן אױער,

איך װעל אָנהײבן מיט אַ האַרף מײַן רעטעניש.

6 פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן אין די טעג פֿון בײז,

װען די זינד פֿון מײַנע טרעטער רינגלט מיך אַרום?

7 די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף זײער פֿאַרמעג,

און מיט זײער גרױס עשירות רימען זײ זיך.

8 נישט אױסקױפֿן אַ ברודער קען אַ מענטש אױסקױפֿן,

נישט געבן אלֹקים אַן אױסלײז פֿאַר זיך;

9 און װי װערדיק עס זאָל זײַן דער אױסקױף פֿאַר זײער זעל,

איז אױף אײביק פֿאַרמײַדן,

10 װאָס ער זאָל שטענדיק אַלץ לעבן,

ער זאָל נישט אָנזען די גרוב.

11 װאָרעם מע זעט אַז חכמים שטאַרבן,

אַזױ װי דער נאַר און דער פֿאַרגרעבטער גײען אונטער,

און זײ לאָזן איבער צו אַנדערע זײער פֿאַרמעג.

12 זײ טראַכטן בײַ זיך,

זײערע הײַזער זײַנען אױף אײביק,

זײערע װױנונגען אױף דור-דורות;

זײ רופֿן לענדער אױף זײערע נעמען.

13 אָבער דער מענטש בלײַבט נישט אין גדוּלה,

ער איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

14 דאָס איז דער װעג פֿון די װאָס זײַנען בטוח בײַ זיך,

און פֿון זײערע נאָכגײער װאָס קװעלן פֿון זײערע רײד.

סֶלָה.

15 מע לײגט זײ װי שאָף אין דער שְׁאֹול,

דער טױט טוט זײ פֿיטערן;

און אײן פֿרימאָרגן – טרעטן די רעכטפֿאַרטיקע איבער זײ;

און זײער געשטאַלט איז פֿאַר דער שְׁאֹול צום פֿאַרפֿױלן,

נישטאָ קײן װױנונג פֿאַר איר.

16 אָבער אלֹקים װעט אױסלײזן מײַן זעל פֿון דער מאַכט פֿון שְׁאֹול,

װאָרעם ער װעט מיך אַרױסנעמען.

סֶלָה.

17 זאָלסט נישט מורא האָבן אַז עמעצער װערט אַן עושר,

אַז די רײַכקײט פֿון זײַן הױז װערט געמערט,

18 װאָרעם בײַ זײַן טױט װעט ער גאָרנישט מיטנעמען,

זײַן רײַכקײט װעט נישט נידערן נאָך אים.

19 הגם בײַ זײַן לעבן פֿלעגט ער אײַנרעדן זײַן זעל:

מע װעט דיך נאָך לױבן אַז דו װעסט זיך װױלטאָן.

20 זי װעט אָנקומען צו דעם דור פֿון זײַנע עלטערן,

װאָס װעלן אױף אײביק נישט אָנזען דעם שײַן.

21 אַ מענטש אין גדוּלה װאָס פֿאַרשטײט נישט,

איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.