1 פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור; אַ ליד.
זײַן גרונטפֿעסט איז אױף די הײליקע בערג.
2 ה׳ האָט ליב די טױערן פֿון צִיוֹן
מער פֿון אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ.
3 פּראַכטיקס װערט גערעדט פֿון דיר,
דו שטאָט פֿון אלֹקים.
סֶלָה.
4 איך דערמאָן רַהַבֿ און בָבֿל פֿאַר מײַנע באַקענטע;
אָט איז פּלֶשֶת, און צוֹר מיט כּוּש:
דער דאָזיקער איז אין איר געבאָרן געװאָרן.
5 אָבער פֿון צִיוֹן װערט געזאָגט:
דער און יענער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן,
און דער עליון אַלײן באַפֿעסטיקט זי.
6 ה׳ צײלט בײַם פֿאַרשרײַבן די פֿעלקער:
דער דאָזיקער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן.
סֶלָה.
7 יאָ, אַזױ װי די זינגער װי אַזױ אױך די טענצער זאָגן;
אַלע מײַנע ברונעם זענען אין דיר צִיוֹן.