Publicidade

Salmos 97

1 ה׳ טוט קיניגן, זאָל לוסטיק זײַן די ערד,

זאָלן זיך פֿרײען די פֿיל אינדזלען.

2 װאָלקן און נעבל זײַנען אַרום אים,

רעכט און גערעכטיקײט דאָס געשטעל פֿון זײַן טראָן.

3 אַ פֿײַער גײט אים פֿאַרױס,

און פֿאַרברענט רונד אַרום זײַנע פֿײַנט.

4 זײַנע בליצן באַלײַכטן די װעלט;

עס זעט די ערד, און זי ציטערט.

5 די בערג צעגײען װי װאַקס פֿאַר ה׳,

פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד.

6 די הימלען דערצײלן זײַן גערעכטיקײט,

און אַלע פֿעלקער זעען זײַן כּבֿוד.

7 צו שאַנד װערן אַלע געצנדינער,

װאָס רימען זיך מיט נישטיקײטן;

עס בוקן זיך צו אים אַלע ג‑טער.

8 צִיוֹן הערט און זי פֿרײט זיך,

און לוסטיק זײַנען די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה,

פֿון װעגן דײַנע משפּטים, ה׳.

9 װאָרעם דו ה׳ ביסט דער עליון איבער דער גאַנצער ערד,

הױך דערהױבן איבער אַלע ג‑טער.

10 איר ליבהאָבער פֿון ה׳, האָט פֿײַנט שלעכטס!

ער היט די נפֿשות פֿון זײַנע פֿרומע,

פֿון דער האַנט פֿון רשעים איז ער זײ מציל.

11 אַ ליכט איז פֿאַרזײט פֿאַרן צדיק,

און פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הערצער אַ פֿרײד.

12 פֿרײט זיך, איר צדיקים, מיט ה׳,

און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-