1 הַלְלוּ יָהּ.
לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳,
לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳,
2 איר װאָס שטײט אין דעם הױז פֿון ה׳,
אין די הױפֿן פֿון דעם בֵית הַמִקדָש פֿון אלוקינו.
3 לױבט ה׳, װאָרעם ה׳ איז גוט,
זינגט צו זײַן נאָמען, װאָרעם ער איז ליב.
4 װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ,
יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן באַזונדער אײגנס.
5 װאָרעם איך װײס אַז ה׳ איז גרױס,
און אונדזער האַר איבער אַלע ג‑טער.
6 אַלץ װאָס ה׳ באַגערט, טוט ער,
אין הימל און אױף דער ערד,
אין די ימען און אַלע תּהומען.
7 ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד,
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
ער ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.
8 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכוֹרים פֿון מִצרַיִם,
פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה.
9 האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר, מִצרַיִם,
אױף פַּרעהן און אױף אַלע זײַנע קנעכט.
10 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער,
און געהרגעט מאַכטיקע מלכים:
11 סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי,
און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן,
און אַלע קיניגרײַכן פֿון כּנַעַן;
12 און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה,
אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן פֿאָלק.
13 ה׳, דײַן נאָמען איז אױף אײביק,
ה׳, דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.
14 װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק,
און אױף זײַנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרעמען.
15 די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער זײַנען זילבער און גאָלד,
דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.
16 זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט,
זײ האָבן אױגן און זעען נישט;
17 זײ האָבן אױערן און הערן נישט;
נישטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל.
18 זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ,
איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.
19 הױז פֿון יִשׂרָאֵל, לױבט ה׳;
הױז פֿון אַהרֹן, לױבט ה׳;
20 הױז פֿון לֵוִי, לױבט ה׳;
איר יראי ה׳, לױבט ה׳.
21 ברוך ה׳ פֿון צִיוֹן,
װאָס רוט אין ירושָלַיִם.
הַלְלוּ יָהּ.