Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 64

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 הער צו, אלֹקים, מײַן קֹול אין מײַן קלאָג;

פֿון דער אַנגסט פֿון פֿײַנט זאָלסטו באַהיטן מײַן לעבן.

3 זאָלסט מיך פֿאַרבאָרגן פֿון דעם באַראָט פֿון די שלעכטסטוער,

פֿון דעם טומל פֿון די װאָס װערקן אומרעכט;

4 װאָס האָבן געשאַרפֿט װי אַ שװערד זײער צונג,

געשפּאַנט זײער פֿײַל אַ גיפֿטיק װאָרט,

5 צו שיסן אין פֿאַרבאָרגענישן דעם אומשולדיקן;

פּלוצלינג שיסן זײ אים, און האָבן נישט מורא.

6 זײ שטאַרקן אײנאַנדער אין דער בײזער זאַך;

זײ רעדן אָפּ אונטערצולײגן נעצן;

זײ זאָגן, װער קען זײ זען.

7 זײ זוכן אױס פֿאַרברעכן,

זײ האָבן דורכגעמאַכט אַ גרונטיקע זוכעניש;

און די אינעװײניקײט פֿון איטלעכן און דאָס האַרץ איז טיף.

8 אָבער אלֹקים שיסט אױף זײ פּלוצלינג אַ פֿײַל;

עס געשעען זײערע שלעק.

9 און מע מאַכט זײער צונג אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ אַלײן;

אױפֿגעטרײסלט װערן אַלע װאָס קוקן אױף זײ.

10 און אַלע מענטשן האָבן מורא,

און דערצײלן דאָס װערק פֿון אלֹקים,

און זײַן טוּונג פֿאַרשטײען זײ.

11 דער צדיק פֿרײט זיך מיט ה׳, און טוט זיך שיצן אין אים,

און עס רימען זיך אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também