1 הַלְלוּ יָהּ.
גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
2 װער קען אױסרעדן די גבֿורות פֿון ה׳?
מאַכן הערן זײַן גאַנצן לױב?
3 װױל צו די װאָס היטן גערעכטיקײט,
צו דעם װאָס טוט רעכט אין יעטװעדער צײַט.
4 געדענק מיך, ה׳, װען דו באַװיליקסט דײַן פֿאָלק,
דערמאָן מיך אין דײַן הילף;
5 כּדי איך זאָל זען דאָס גוטס פֿון דײַנע אױסדערװײלטע,
זיך פֿרײען אין דער פֿרײד פֿון דײַן פֿאָלק,
זיך רימען אין אײנעם מיט דײַן אַרב.
6 מיר האָבן געזינדיקט אַזױ װי אונדזערע עלטערן,
מיר האָבן פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן.
7 אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם האָבן נישט באַטראַכט דײַנע װוּנדער,
זײ האָבן נישט געדאַכט אָן דײַנע פֿיל חסדים,
און האָבן װידערשפּעניקט בײַם ים, בײַם ים-סוףֿ.
8 אָבער ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײַן נאָמען װעגן,
כּדי צו לאָזן װיסן זײַן גבֿורה.
9 און ער האָט אָנגעשריִען אױפֿן ים-סוףֿ, און ער איז געװאָרן טרוקן,
און ער האָט זײ געפֿירט דורך די תּהומען װי דורך אַ סטעפּ.
10 און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון דעם שׂונאס האַנט,
און זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט.
11 און די װאַסערן האָבן צוגעדעקט זײערע דריקער,
נישט אַן אײנציקער פֿון זײ איז געבליבן.
12 און זײ האָבן געגלױבט אין זײַנע װערטער,
זײ האָבן געזונגען זײַן לױב.
13 גיך האָבן זײ פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען;
זײ האָבן נישט געהאַרט אױף זײַן עצה.
14 און זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג אין דער מדבר,
און געפּרוּװט אֵל אין דער װיסטע.
15 און ער האָט זײ געגעבן זײער פֿאַרלאַנג,
אָבער ער האָט געשיקט אַ מאָגערקײט אין זײער נשמות.
16 און זײ האָבן זיך מקנא געװען אָן משהן אין לאַגער,
און אָן אַהרֹן דעם הײליקן פֿון ה׳.
17 האָט די ערד זיך געעפֿנט, און אײַנגעשלונגען דָתָנען,
און צוגעדעקט דאָס געזעמל פֿון אַבֿירָמען.
18 און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין זײער געזעמל,
אַ פֿלאַם האָט פֿאַרברענט די רשעים.
19 זײ האָבן געמאַכט אַ קאַלב אין חוֹרֵבֿ,
און זיך געבוקט צו אַ געגאָסענעם געץ.
20 און זײ האָבן פֿאַרביטן זײער כּבֿוד אױף דער געשטאַלט
פֿון אַן אָקס װאָס עסט גראָז.
21 זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן אֵל זײער העלפֿער,
װאָס האָט געטאָן גרױסע זאַכן אין מִצרַיִם,
22 װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם,
פֿאָרכטיקע זאַכן בײַם ים-סוףֿ.
23 און ער האָט געװאָלט זײ פֿאַרטיליקן,
װען נישט משה זײַן אױסדערװײלטער
װאָלט זיך געשטעלט פֿאַר אים אין דעם בראָך,
אָפּצוהאַלטן זײַן גרימצאָרן פֿון אומברענגען.
24 און זײ האָבן פֿאַראַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד,
נישט געגלױבט אין זײַן װאָרט.
25 און זײ האָבן געמורמלט אין זײערע געצעלטן,
נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳.
26 און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט װעגן זײ,
זײ צו מאַכן פֿאַלן אין דער מדבר,
27 און צעװאַרפֿן זײער זאָמען צװישן די פֿעלקער,
און זײ צעשפּרײטן אין די לענדער.
28 און זײ האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעוֹר,
און געגעסן שלאַכטאָפּפֿער צו טױטע.
29 און זײ האָבן דערכּעסט מיט זײערע מעשׂים,
און אַ מגפֿה האָט אױסגעבראָכן צװישן זײ.
30 און פּינְחס איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַ משפּט געטאָן,
און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן.
31 און עס איז אים גערעכנט געװאָרן צו גערעכטיקײט,
אױף דור-דורות ביז אײביק.
32 און זײ האָבן דערצערנט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה,
און משהן איז געשען בײז פֿון װעגן זײ;
33 װאָרעם זײ האָבן פֿאַרביטערט זײַן רוּחַ,
און ער האָט זיך אַרױסגערעדט מיט זײַנע ליפּן.
34 זײ האָבן נישט פֿאַרטיליקט די פֿעלקער,
אַזױ װי ה׳ האָט זײ אָנגעזאָגט.
35 און זײ האָבן זיך געמישט מיט די פֿעלקער,
און זיך אָפּגעלערנט זײערע מעשׂים.
36 און זײ האָבן געדינט זײערע געצנבילדער,
װאָס זײַנען געװאָרן אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ.
37 און זײ האָבן געשלאַכט זײערע זין
און זײערע טעכטער צו די שֵדים,
38 און האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט,
דאָס בלוט פֿון זײערע זין און זײערע טעכטער,
װאָס זײ האָבן געשלאַכט צו די געצנבילדער פֿון כּנַעַן;
און דאָס לאַנד איז זינדיק געװאָרן דורך בלוט.
39 און זײ זײַנען געװאָרן אומרײן דורך זײערע מעשׂים,
און פֿאַרפֿירט געװאָרן אין זײערע טוּונגען.
40 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײַן פֿאָלק,
און ער האָט פֿאַראומװערדיקט זײַן אַרב.
41 און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער,
און זײערע שָׂונאים האָבן געװעלטיקט איבער זײ.
42 און זײערע פֿײַנט האָבן זײ געדריקט,
און זײ זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אונטער זײער האַנט.
43 פֿיל מאָל פֿלעגט ער זײ מציל זײַן,
אָבער זײ פֿלעגן װידערשפּעניקן אין זײער באַראָט,
און זײַנען אַראָפּגעקומען דורך זײער זינד.
44 און ער האָט צוגעזען זײער נױט,
אַז ער האָט געהערט זײער געשרײ.
45 און ער האָט זײ געדענקט זײַן ברית,
און זיך באַדאַכט לױט זײַן גרױס גענאָד.
46 און ער האָט זײ געגעבן דערבאַרעמונג
בײַ אַלע זײערע פֿאַנגער.
47 העלף אונדז, ה׳ אלוקינו,
און זאַמל אונדז אײַן פֿון די פֿעלקער,
צו דאַנקען דײַן הײליקן נאָמען,
זיך צו רימען מיט דײַן לױב.
48 ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל
פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט,
און זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָגן: אָמן!
הַלְלוּ יָהּ.