Publicidade

2 Crônicas 11

1 און רחַבֿעָם איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס הױז פֿון יהוּדה און בנימין, הונדערט און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסלײַט, מלחמה צו האַלטן מיט יִשׂרָאֵל, כּדי אומצוקערן די מלוכה צו רחַבֿעָמען.

2 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו שמַעיָהו דעם מאַן פֿון ג-ט, אַזױ צו זאָגן: 3 זאָג צו רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, דעם מלך פֿון יהוּדה, און צו גאַנץ יִשׂרָאֵל אין יהוּדה און בנימין, אַזױ צו זאָגן: 4 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר זאָלט נישט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט אײַערע ברידער; קערט אײַך אום איטלעכער צו זײַן הױז, װאָרעם פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך. און זײ האָבן צוגעהערט די װערטער פֿון ה׳, און האָבן זיך אומגעקערט פֿון צו גײן אױף יָרָבֿעָמען.

5 און רחַבֿעָם איז געזעסן אין ירושָלַיִם; און ער האָט געבױט שטעט פֿאַר פֿעסטונגען אין יהוּדה. 6 און ער האָט איבערגעבױט בֵית-לֶחֶם, און עֵיטָם, און תּקוֹעַ, 7 און בֵית-צור, און שׂוֹכוֹ, און עַדולָם, 8 און גַת, און מָרֵשָה, און זיף, 9 און אַדוֹרַיִם, און לָכיש, עַזֵקָה, 10 און צָרעָה, און אַיָלוֹן, און חֶבֿרוֹן, װאָס אין יהוּדה און בנימין, אױף פֿעסטונגשטעט. 11 און ער האָט פֿאַרשטאַרקט די פֿעסטונגען, און האָט אַרײַנגעזעצט אין זײ אָנפֿירער מיט שפּײַכלערס עסנװאַרג און אײל און װײַן. 12 און אין יעטװעדער שטאָט זײַנען געװען פּאַנצערס און שפּיזן; און ער האָט זײ זײער שטאַרק באַפֿעסטיקט. און יהוּדה און בנימין זײַנען געבליבן בײַ אים.

13 און די כּהנים און די לוִיִים װאָס אין גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים פֿון זײער גאַנצן געמאַרק. 14 װאָרעם די לוִיִים האָבן פֿאַרלאָזן זײערע אָפֿענע ערטער און זײער אײגנטום, און זײַנען אַװעק קײן יהוּדה און קײן ירושָלַיִם, װײַל יָרָבֿעָם און זײַנע זין האָבן זײ פֿאַרשטױסן פֿון צו טאָן דעם דינסט צו ה׳; 15 און ער האָט זיך געשטעלט כּהנים צו די בָמות, און צו די שדים, און צו די קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט. 16 און נאָך זײ, זײַנען פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן אָפּגעגעבן זײער האַרץ צו זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, געקומען קײן ירושָלַיִם, כּדי צו שלאַכטן צו ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. 17 און זײ האָבן געשטאַרקט די מלוכה פֿון יהוּדה, און האָבן באַפֿעסטיקט רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, דרײַ יאָר; װאָרעם זײ זײַנען געגאַנגען אין דעם װעג פֿון דָוִדן און שלמהן דרײַ יאָר.

18 און רחַבֿעָם האָט זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מַחלַת די טאָכטער פֿון ירימוֹת דעם זון פֿון דָוִדן, פֿון אַבֿיהַיִל דער טאָכטער פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון יִשַין. 19 און זי האָט אים געבאָרן זין: יְעושן, און שמַריָהן, און זַהַמען. 20 און נאָך איר האָט ער גענומען מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלומען, און זי האָט אים געבאָרן אַבֿיָהן, און עַתַּין, און זיזאָן, און שלוֹמיתן. 21 און רחַבֿעָם האָט ליב געהאַט מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿשָלומען מער פֿון אַלע זײַנע װײַבער און זײַנע קעפּסװײַבער; װאָרעם אַכצן װײַבער האָט ער גענומען, און זעכציק קעפּסװײַבער; און ער האָט געבאָרן אַכט און צװאַנציק זין, און זעכציק טעכטער. 22 און רחַבֿעָם האָט אױפֿגעשטעלט אַבֿיָה דעם זון פֿון מַעֲכָהן פֿאַרן הױפּט, פֿאַר דעם פֿירשט צװישן זײַנע ברידער, װאָרעם זײַן מײַן איז געװען אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך. 23 און ער האָט געטאָן מיט שׂכל, און האָט צעשפּרײט אַלע זײַנע זין איבער אַלע לענדער פֿון יהוּדה און בנימין, אין אַלע פֿעסטונגשטעט, און ער האָט זײ געגעבן שפּײַז לרובֿ; און ער האָט פֿאַר זײ אױסגעזוכט אַ סך װײַבער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-