Publicidade

2 Crônicas 24

1 זיבן יאָר איז יוֹאָש אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צבֿיה פֿון באֵר-שֶבַֿע.

2 און יוֹאָש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ אַלע טעג פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן. 3 און יהוֹיָדָע האָט פֿאַר אים גענומען צװײ װײַבער; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.

4 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט יוֹאָש געהאַט אין האַרצן צו באַנײַען דאָס הױז פֿון ה׳. 5 און ער האָט אײַנגעזאַמלט די כּהנים און די לוִיִים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַרױס צו די שטעט פֿון יהוּדה, און קלײַבט אױף פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל געלט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון אלוקיכם פֿון יאָר צו יאָר; און איר זאָלט אײַך אײַלן װעגן דער זאַך. אָבער די לוִיִים האָבן זיך נישט געאײַלט. 6 האָט דער מלך גערופֿן יהוֹיָדָע דעם הױפּט, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָסטו נישט פֿאַרלאַנגט פֿון די לוִיִים, צו ברענגען פֿון יהוּדה און פֿון ירושָלַיִם די אָפּגאָב פֿון משה דעם קנעכט פֿון ה׳, און פֿון דער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר דעם געצעלט פֿון צײגנים? 7 װאָרעם עַתַליָהו די מרשעת, אירע זין האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון האלֹקים, און אױך אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון ה׳ס הױז האָבן זײ פֿאַרטאָן פֿאַר די בַעַל-געטער.

8 און דער מלך האָט געהײסן, און מע האָט געמאַכט אַ קאַסטן, און אים אַװעקגעשטעלט בײַם טױער פֿון ה׳ס הױז פֿון אױסנװײניק. 9 און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין יהוּדה און אין ירושָלַיִם, צו ברענגען צו ה׳ די מתּנה זאַמלונג פֿון משה דעם קנעכט פֿון אלֹקים אױף יִשׂרָאֵל אין מדבר. 10 און אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך געפֿרײט, און זײ האָבן געבראַכט און אַרײַנגעװאָרפֿן אין קאַסטן ביז פֿול. 11 און עס איז געװען, בעת מע פֿלעגט ברענגען דעם קאַסטן צו די אױפֿזעער פֿון מלך דורך דער האַנט פֿון די לוִיִים, און װי זײ האָבן געזען אַז עס איז דאָ פֿיל געלט, אַזױ פֿלעגט קומען דער שרײַבער פֿון מלך, און דער אױפֿזעער פֿון דעם כּהן-גָדול, און זײ פֿלעגן אױסלײדיקן דעם קאַסטן, און אים אַװעקטראָגן און אים אומקערן אױף זײַן אָרט. אַזױ האָבן זײ געטאָן טאָג אין טאָג, און זײ האָבן אָנגעזאַמלט געלט לרובֿ. 12 און דער מלך און יהוֹיָדָע האָבן עס געגעבן צו די װערקמײנסטער איבער דער אַרבעט פֿון ה׳ס הױז; און זײ האָבן געדונגען שטײנהעקער און האָלצמײנסטער, צו באַנײַען דאָס הױז פֿון ה׳, און אױף אײַזן און קופּערשמידן, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳. 13 און די בַעַל-מלאָכות האָבן געאַרבעט, און די אַרבעט איז פֿאַרריכט געװאָרן דורך זײער האַנט, און זײ האָבן צוריקגעשטעלט דאָס הױז פֿון אלֹקים אױף זײַן שטאַנד, און אים באַפֿעסטיקט. 14 און אַז זײ האָבן געענדיקט, האָבן זײ געבראַכט פֿאַר דעם מלך און יהוֹיָדָען דעם רעשט געלט, און מע האָט דערפֿון געמאַכט כּלים פֿאַר ה׳ס הױז, כּלים צום דינען און אױפֿברענגען, און שאָלן, און גילדערנע און זילבערנע כּלים. און מע פֿלעגט אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון ה׳ תּמיד אַלע טעג פֿון יהוֹיָדָען.

15 און יהוֹיָדָע איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער איז געשטאָרבן; הונדערט און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געשטאָרבן. 16 און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט לעבן די מלכים, װײַל ער האָט געטאָן גוטס צװישן יִשׂרָאֵל, און פֿאַר האלֹקים און זײַן הױז.

17 און נאָך דעם טױט פֿון יהוֹיָדָען זײַנען געקומען די האַרן פֿון יהוּדה, און זײ האָבן זיך געבוקט צום מלך. דענצמאָל האָט דער מלך זיך צוגעהערט צו זײ. 18 און זײ האָבן פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און זײ האָבן געדינט די געצנבױמער, און די געצנבילדער, און עס איז געװען אַ צאָרן אױף יהוּדה און ירושָלַיִם פֿאַר דער דאָזיקער פֿאַרשולדיקונג זײערער. 19 און ער האָט געשיקט צו זײ נבֿיאים, זײ אומצוקערן צו ה׳, און זײ האָבן זײ געװאָרנט, אָבער זײ האָבן נישט צוגעטאָן דאָס אױער.

20 און דער גײַסט פֿון אלֹקים האָט אָנגעקלײדט זכַריָה דעם זון פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן, און ער האָט זיך געשטעלט איבער דעם פֿאָלק, און האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט האלֹקים געזאָגט: פֿאַר װאָס טרעט איר איבער די געבאָט פֿון ה׳, אַז איר זאָלט נישט באַגליקן? װאָרעם איר האָט פֿאַרלאָזן ה׳, און ער האָט אײַך פֿאַרלאָזן. 21 האָבן זײ געמאַכט אױף אים אַ בונט, און האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער אױף דעם באַפֿעל פֿון מלך, אין הױף פֿון ה׳ס הױז.

22 און דער מלך יוֹאָש האָט נישט געדאַכט אָן דעם חֶסֶד װאָס זײַן פֿאָטער יהוֹיָדָע האָט מיט אים געטאָן, און ער האָט געהרגעט זײַן זון. און אַז ער איז געשטאָרבן, האָט ער געזאָגט: ה׳ װעט זען און װעט אױפֿמאָנען.

23 און עס איז געװען, בײַם אַרומדרײ פֿון יאָר, איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אים דער חיל פֿון אַרָם, און זײ זײַנען געקומען קײן יהוּדה און ירושָלַיִם, און האָבן אומגעבראַכט אַלע האַרן פֿון פֿאָלק פֿון צװישן דעם פֿאָלק, און זײער גאַנצן רױב האָבן זײ אַװעקגעשיקט צום מלך פֿון דרמשׂק. 24 הגם דער חיל פֿון אַרָם איז געקומען מיט װינציק מענטשן, אָבער ה׳ האָט איבערגעגעבן אין זײער האַנט זײער אַ גרױסן חיל, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. און זײ האָבן געטאָן אַ משפּט אױף יוֹאָשן. 25 און אַז זײ זײַנען אַװעק פֿון אים – װאָרעם זײ האָבן אים געלאָזן אין גרױס קראַנקשאַפֿט – האָבן זײַנע קנעכט געמאַכט אַ בונט אױף אים – פֿאַר דעם בלוט פֿון די זין פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן – און זײ האָבן אים געהרגעט אױף זײַן בעט, און ער איז געשטאָרבן. און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט, אָבער מע האָט אים נישט באַגראָבן אין די קבֿרים פֿון די מלכים, 26 און דאָס זײַנען די װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף אים: זָבֿד דער זון פֿון שִמעָת דער עַמוֹנית, און יהוֹזָבָֿד דער זון פֿון שמרית דער מוֹאָבֿית.

27 און זײַנע זין, און די פֿיל נבֿואות איבער אים, און די באַפֿעסטיקונג פֿון הױז פֿון אלֹקים, זײ זײַנען באַשריבן אין דעם מֶדרַש פֿון דעם בוך פֿון די מלכים. און זײַן זון אַמַציָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-