Publicidade

2 Crônicas 15

1 און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹדֵדן, אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון אלֹקים. 2 און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהוּדה, און בנימין: ה׳ איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן. 3 און פֿיל טעג איז יִשׂרָאֵל געװען אָן דעם אמתן אלֹקים, און אָן אַ כּהן װאָס זאָל לערנען, און אָן אַ תּורה. 4 אָבער אַז זײ האָבן אין זײער נױט זיך אומגעקערט צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און האָבן אים געזוכט, האָט ער זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ. 5 און אין יענע צײַטן איז נישט געװען קײן פֿריד פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער, װאָרעם גרױסע מהומות זײַנען געװען אױף אַלע באַװױנער פֿון די לענדער. 6 און זײ זײַנען צעשלאָגן געװאָרן אַ פֿאָלק אָן אַ פֿאָלק, און אַ שטאָט אָן אַ שטאָט, װאָרעם אלֹקים האָט זײ פֿאַרטומלט מיט אַלערלײ צרות. 7 אָבער איר זײַט שטאַרק, און זאָלן נישט אָפּגעשלאַפֿט װערן אײַערע הענט, װאָרעם אַ שׂכר איז דאָ פֿאַר אײַער טוּונג.

8 און װי אָסאָ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער און די נבֿואה פֿון עוֹדֵד דעם נבֿיא, האָט ער זיך געשטאַרקט, און האָט אָפּגעשאַפֿט די אומװערדיקײטן פֿון גאַנצן לאַנד יהוּדה און בנימין, און פֿון די שטעט װאָס ער האָט באַצװוּנגען פֿון באַרג אפֿרים; און ער האָט באַנײַט דעם מזבח פֿון ה׳ װאָס פֿאַר דעם פֿאָדערהױז פֿון ה׳. 9 און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יהוּדה און בנימין און די װאָס האָבן זיך אױפֿגעהאַלטן בײַ זײ פֿון אפֿרים און מנַשֶה, און פֿון שמעון; װאָרעם אַ סך זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ האָבן געזען אַז ה׳ זײַן ג-ט איז מיט אים. 10 און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם אין דריטן חודש, אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה. 11 און זײ האָבן געשלאַכט צו ה׳ אין יענעם טאָג, פֿון דעם רױב װאָס זײ האָבן געבראַכט, זיבן הונדערט רינדער, און זיבן טױזנט שאָף. 12 און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ ברית צו זוכן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל;

13 און אַז איטלעכער װאָס װעט נישט זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָל געטײט װערן, סײַ קלײן סײַ גרױס, סײַ אַ מאַן סײַ אַ פֿרױ. 14 און זײ האָבן געשװאָרן צו ה׳ אױף אַ הױכן קֹול, און מיט שאַלונג, און מיט טרומײטן, און מיט שוֹפֿרות. 15 און גאַנץ יהוּדה האָבן זיך געפֿרײט מיט דער שבֿועה; װאָרעם מיט זײער גאַנצן האַרצן האָבן זײ געשװאָרן, און מיט זײער גאַנצן רצון האָבן זײ אים געזוכט; און ער האָט זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ, און ה׳ האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום.

16 און אױך מַעֲכָה די מוטער פֿון דעם מלך אָסאָן האָט ער אָפּגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרנטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און צעמאָלן, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן. 17 אָבער די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן פֿון יִשׂרָאֵל; נאָר אָסאָס האַרץ איז געװען גאַנץ אַלע זײַנע טעג.

18 און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין הױז פֿון אלֹקים, זילבער און גאָלד, און כּלים.

19 און קײן מלחמה איז מער נישט געװען ביז דעם פֿינף און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-