Publicidade

2 Crônicas 22

1 און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם האָבן געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן אָרט אַחַזיָהו, זײַן ייִנגסטן זון, װאָרעם אַלע עלטערע האָט אױסגעהרגעט די באַנדע װאָס איז געקומען מיט די אַראַבער אין לאַגער. אַזױ איז אַחַזיָהו, דער זון פֿון יהוֹרָם דעם מלך פֿון יהוּדה, געװאָרן מלך. 2 צװײ און פֿערציק יאָר איז אַחַזיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַתַליָהו די טאָכטער פֿון עָמרין.

3 ער אױך איז געגאַנגען אין די װעגן פֿון אַחאָבֿס הױז, װאָרעם זײַן מוטער איז געװען זײַן עצה-געבערין אױף צו טאָן שלעכטס. 4 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ, װאָרעם זײ זײַנען געװען זײַנע יוֹעצים נאָך זײַן פֿאָטערס טױט, צו זײַן אונטערגאַנג. 5 ער איז אױך געגאַנגען אין זײער עצה, און איז אַװעק מיט יהוֹרָם דעם זון פֿון אַחאָבֿן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אױף מלחמה אַקעגן חַזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם אין רָמוֹת-גִלעָד; און די אַרַמים האָבן פֿאַרװוּנדט יוֹרָמען. 6 און ער האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יִזרְעֶאל פֿון די װוּנדן װאָס מע האָט אים פֿאַרװוּנדט אין רָמָה, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם. און אַחַזיָהון דער זון פֿון יהוֹרָמען, דער מלך פֿון יהוּדה, האָט אַראָפּגענידערט צו זען יהוֹרָם דעם זון פֿון אַחאָבֿן אין יִזרְעֶאל, װען ער איז געװען קראַנק.

7 און די מפּלה פֿון אַחַזיָהון איז געװען פֿון אלֹקים – אַז ער זאָל קומען צו יוֹרָמען; װאָרעם אַז ער איז געקומען, איז ער אַרױסגעגאַנגען מיט יהוֹרָמען צו יֵהוּא דעם זון פֿון נִמשין, װאָס ה׳ האָט אים געזאַלבט, כּדי צו פֿאַרשנײַדן דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ. 8 און עס איז געװען, װי יֵהוּא האָט זיך אָפּגערעכנט מיט דעם הױז פֿון אַחאָבֿ, האָט ער געטראָפֿן די האַרן פֿון יהוּדה, און די זין פֿון אַחַזיָהוס ברידער, װאָס האָבן געדינט בײַ אַחַזיָהון, און ער האָט זײ געהרגעט. 9 און ער האָט געזוכט אַחַזיָהון, און מע האָט אים געכאַפּט װי ער איז געװען באַהאַלטן אין שוֹמרוֹן, און מע האָט אים געבראַכט צו יֵהוּאן, און מע האָט אים געטײט. און זײ האָבן אים באַגראָבן, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: ער איז דער זון פֿון יהוֹשָפֿטן, װאָס האָט געזוכט ה׳ מיט זײַן גאַנצן האַרצן. און עס איז נישט געװען פֿון אַחַזיָהוס הױז װער עס זאָל האָבן כּוֹח אָנצוהאַלטן די מלוכה.

10 און װי עַתַליָהו די מוטער פֿון אַחַזיָהון האָט געזען אַז איר זון איז טױט, איז זי אױפֿגעשטאַנען, און האָט אומגעבראַכט דעם גאַנצן קיניגלעכן אָפּשטאַם פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה. 11 האָט יהוֹשַבֿעַת די טאָכטער פֿון דעם מלך גענומען יוֹאָש דעם זון פֿון אַחַזיָהון, און האָט אים אַרױסגעגנבֿעט פֿון צװישן דעם מלכס זין װאָס האָבן געזאָלט געטײט װערן, און האָט אים און זײַן נאַם אַרײַנגעבראַכט אין אַ שלאָפֿקאַמער. און יהוֹשַבֿעַת די טאָכטער פֿון דעם מלך יהוֹרָם, די װײַב פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן – װאָרעם זי איז געװען די שװעסטער פֿון אַחַזיָהון – האָט אים באַהאַלטן פֿון עַתַליָהון, און זי האָט אים נישט געטײט. 12 און ער איז געװען באַהאַלטן בײַ זײ, אין הױז פֿון אלֹקים זעקס יאָר. און עַתַליָהו האָט געקיניגט איבערן לאַנד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-