1 יחִזקִיָהו איז געװאָרן מלך צו פֿינף און צװאַנציק יאָר, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען אַבֿיָה די טאָכטער פֿון זכַריָהון.
2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער דָוִד האָט געטאָן. 3 ער האָט אין ערשטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין ערשטן חודש, געעפֿענט די טירן פֿון ה׳ס הױז, און זײ פֿאַרריכט. 4 און ער האָט געבראַכט די כּהנים און די לוִיִים, און האָט זײ אײַנגעזאַמלט אױף דעם ברײטן פּלאַץ אין מזרח. 5 און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט מיך צו, לוִיִים, הײליקט אײַך אַצונד, און הײליקט דאָס הױז פֿון ה׳ דעם ג-ט פֿון אײַערע עלטערן, און טראָגט אַרױס די אומרײניקײט פֿון הײליקטום. 6 װאָרעם אונדזערע עלטערן האָבן געפֿעלשט, און האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ אלוקינו, און האָבן אים פֿאַרלאָזן, און אַװעקגעדרײט זײער פָּנים פֿון ה׳ס מישכּן, און צוגעקערט דעם רוקן. 7 זײ האָבן אױך פֿאַרשלאָסן די טיר פֿון פֿאָדערהױז, און פֿאַרלאָשן די ליכט, און קײן װײַרעך האָבן זײ נישט גערײכערט, און קײן בראַנדאָפּפֿער האָבן זײ נישט אױפֿגעבראַכט אין הײליקטום צום אלוקי יִשׂרָאֵל. 8 און דער צאָרן פֿון ה׳ איז געװען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ גרױל, פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ שמוצערונג, אַזױ װי איר זעט מיט אײַערע אױגן. 9 און אָט זײַנען אונדזערע עלטערן געפֿאַלן דורכן שװערד, און אונדזערע זין, און אונדזערע טעכטער, און אונדזערע װײַבער, זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט איבער דעם. 10 אַצונד איז אין מײַן האַרצן צו שליסן אַ ברית צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אונדז. 11 מײַנע קינדער איר זאָלט אַצונד נישט זײַן אָפּגעלאָזט, װאָרעם אײַך האָט ה׳ אױסדערװײלט צו שטײן פֿאַר אים, אים צו באַדינען, און זײַן צו אים דינער און רײכערן.
12 זײַנען אױפֿגעשטאַנען די לוִיִים: מַחת דער זון פֿון עַמָשַׂין, און יוֹאֵל דער זון פֿון עזריהון, פֿון די קינדער פֿון די קהָתים; און פֿון די קינדער פֿון מרָרי, קיש דער זון פֿון עַבֿדין, און עַזַריָהו דער זון פֿון יהַלֶלאֵלן; און פֿון די גֵרשונים, יוֹאָח דער זון פֿון זִמָהן, און עֵדֶן דער זון פֿון יואָחן; 13 און פֿון די קינדער פֿון אֶליצָפֿן, שִמרי, און יעִיאֵל; און פֿון די קינדער פֿון אָסָף, זכַריָהו, און מַתַּניָהו; 14 און פֿון די קינדער פֿון הֵימָן, יחיאֵל, און שִמְעִי; און פֿון די קינדער פֿון ידותון, שמַעיָה, און עוזיאֵל. 15 און זײ האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע ברידער, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און זײַנען געקומען אַזױ װי דעם מלכס באַפֿעל לױט די װערטער פֿון ה׳, צו רײניקן דאָס הױז פֿון ה׳. 16 און די כּהנים זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק אין הױז פֿון ה׳, צו רײניקן, און זײ האָבן אַרױסגעטראָגן די גאַנצע טומאה װאָס זײ האָבן געפֿונען אין דעם הֵיכל פֿון ה׳, אין הױף פֿון ה׳ס הױז; און די לוִיִים האָבן עס צוגענומען אַרױסצוטראָגן דרױסן צום טײַך קִדרוֹן. 17 און זײ האָבן אָנגעהױבן הײליקן אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש, און אין אַכטן טאָג פֿון חודש זײַנען זײ געקומען אין דעם פֿאָדערהױז פֿון ה׳; און זײ האָבן געהײליקט דאָס הױז פֿון ה׳ אין אַכט טעג; און אין זעכצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש האָבן זײ געענדיקט. 18 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק צום מלך חִזקִיָהו, און האָבן געזאָגט: מיר האָבן גערײניקט דאָס גאַנצע הױז פֿון ה׳, און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אַלע זײַנע כּלים, און דעם טיש פֿאַר דער אױסלײגונג און אַלע זײַנע כּלים. 19 און אַלע כּלים װאָס דער מלך אָחָז האָט אַװעקגעװאָרפֿן אין זײַן מלוכה, װען ער האָט געפֿעלשט, האָבן מיר צורעכטגעמאַכט און געהײליקט, און אָן זײַנען זײ פֿאַר דעם מזבח פֿון ה׳.
20 האָט זיך געפֿעדערט דער מלך יחִזקִיָהו, און ער האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון שטאָט, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין ה׳ס הױז. 21 און מע האָט געבראַכט זיבן אָקסן, און זיבן װידערס, און זיבן שעפּסן, און זיבן ציגנבעק, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער פֿאַר דער מלוכה, און פֿאַר דעם מִקדָש, און פֿאַר יהוּדה. און ער האָט געהײסן די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זײ אױפֿברענגען אױף דעם מזבח פֿון ה׳. 22 און זײ האָבן געשאָכטן די רינדער, און די כּהנים האָבן צוגענומען דאָס בלוט, און זײ געשפּרענגט עס אױפֿן מזבח; און זײ האָבן געשאָכטן די װידער, און געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח, און זײ האָבן געשאָכטן די שאַף און געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח. 23 און מע האָט גענענט די בעק פֿון זינדאָפּפֿער פֿאַר דעם מלך און דער אײַנזאַמלונג, און זײ האָבן אָנגעלענט אױף זײ זײערע הענט. 24 און די כּהנים האָבן זײ געשאָכטן, און האָבן אַרױפֿגעטאָן זײער בלוט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער אױפֿן מזבח, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף גאַנץ יִשׂרָאֵל; װאָרעם דער מלך האָט אָנגעזאָגט אַז פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל זאָל זײַן דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס זינדאָפּפֿער.
25 און ער האָט געשטעלט די לוִיִים אין ה׳ס הױז מיט צימבלען, מיט גיטאַרן, און מיט האַרפֿן, לױט דעם באַפֿעל פֿון דָוִדן, און גָד דעם מלכס זעער, און נָתָן דעם נבֿיא; װאָרעם דער באַפֿעל איז געװען פֿון ה׳ דורך זײַנע נבֿיאים. 26 און די לוִיִים זײַנען געשטאַנען מיט די כּלי־זמר פֿון דָוִדן, און די כּהנים מיט טרומײטן. 27 און חִזקִיָהו האָט געהײסן אױפֿברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח, און בעת דאָס בראַנדאָפּפֿער האָט זיך אָנגעהױבן, האָט זיך אָנגעהױבן דאָס געזאַנג פֿון ה׳ מיט די טרומײטן, און אין אײנעם מיט די כּלי־זמר פֿון דָוִד דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 28 און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך געבוקט, און די זינגערס האָבן געזונגען, און די טרומײטן האָבן געטרומײטערט – דאָס אַלץ האָט אָנגעהאַלטן ביז דאָס בראַנדאָפּפֿער האָט זיך געענדיקט.
29 און װי מע האָט געענדיקט אױפֿברענגען, האָט דער מלך און אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען מיט אים, געקניט און זיך געבוקט.
30 און דער מלך יחִזקִיָהו און די האַרן האָבן געהײסן די לוִיִים לױבן ה׳ אין די װערטער פֿון דָוִדן און אָסָף דעם זעער, און זײ האָבן געלױבט מיט שׂימחה, און האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט.
31 און יחִזקִיָהו האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: אַצונד האָט איר דערפֿילט אײַער האַנט צו ה׳; גענענט, און ברענגט שלאַכטאָפּפֿער און דאַנקאָפּפֿער אין הױז פֿון ה׳. און די אײַנזאַמלונג האָט געבראַכט שלאַכטאָפּפֿער און דאַנקאָפּפֿער, און איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז געװען װיליק – בראַנדאָפּפֿער.
32 און די צאָל פֿון די בראַנדאָפּפֿער װאָס די אײַנזאַמלונג האָט געבראַכט, איז געװען זיבעציק רינדער, הונדערט װידערס, צװײ הונדערט שעפּסן; די אַלע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳. 33 און די געהײליקטע זײַנען געװען זעקס הונדערט רינדער, און דרײַ טױזנט שאַף. 34 אָבער די כּהנים זײַנען געװען צו װינציק, און זײ האָבן נישט געקענט אָפּשינדן אַלע בראַנדאָפּפֿער; האָבן זײערע ברידער די לוִיִים זײ אונטערגעהאָלפֿן ביז די אַרבעט איז געװען געענדיקט, און ביז די כּהנים האָבן זיך געהײליקט; װאָרעם די לוִיִים זײַנען געװען רעכטפֿאַרטיקער אין האַרצן זיך צו הײליקן פֿון די כּהנים.
35 און אױך בראַנדאָפּפֿער זײַנען געװען לרובֿ, מיט פֿעטס פֿון פֿרידאָפּפֿער, און מיט גיסאָפּפֿער צו די בראַנדאָפּפֿער. אַזױ איז אײַנגעשטעלט געװאָרן דער דינסט פֿון ה׳ס הױז. 36 און יחִזקִיָהו און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך געפֿרײט איבער דעם װאָס האלֹקים האָט אָנגעברײט פֿאַר דעם פֿאָלק, װאָרעם די זאַך איז געשען פּלוצלינג.