Publicidade

2 Crônicas 2

1 און שלמה האָט געצײלט זיבעציק טױזנט מאַן לאַסטטרעגער, און אַכציק טױזנט מאַן שטײנהעקער אין די בערג, און אױפֿזעער איבער זײ, דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט. 2 און שלמה האָט געשיקט צו חורָם דעם מלך פֿון צוֹר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי דו האָסט געטאָן מיט מײַן פֿאָטער דָוִדן, װאָס דו האָסט אים געשיקט צעדערן צו בױען פֿאַר זיך אַ הױז אױף צו װױנען דערין, 3 איז, אָט בױ איך אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ מײַן ג-ט, כּדי עס צו הײליקן צו אים, און צו רײכערן פֿאַר אים װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און פֿאַר דער שטענדיקער אױסלײגונג פֿון דעם הײליקן ברױט, און פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער אין דער פֿרי און אין אָװנט, אין די שבתים, און אום ראָש-חודש, און אין די יוֹם-טובֿים פֿון ה׳ אלוקינו, װאָס דאָס איז אײביק אַ חובֿ אױף יִשׂרָאֵל. 4 און דאָס הױז װאָס איך בױ, דאַרף זײַן גרױס, װאָרעם גרױס איז אלוקינו איבער אַלע ג‑טער. 5 און װער האָט בכּוֹח אים צו בױען אַ הױז, אַז די הימלען און די הימלען פֿון די הימלען קענען אים נישט אַרײַננעמען? 6 און װער בין איך, אַז איך זאָל אים בױען אַ הױז, סײַדן אױף צו רײכערן פֿאַר אים? און אַצונד, שיק מיר אַ קלוגן מאַן צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער, און אין אײַזן, און אין פּורפּל און קאַרמין און בלאָער װאָל, און אַזאַ װאָס פֿאַרשטײט צו קריצן קריצונגען – אין אײנעם מיט די קלוגע לײַט װאָס בײַ מיר אין יהוּדה און אין ירושָלַיִם, װאָס מײַן פֿאָטער דָוִד האָט אָנגעגרײט. 7 און שיק מיר צעדערהאָלץ, ציפּרעסן, און סאַנדאַלהאָלץ, פֿון לבֿנוֹן, װאָרעם איך װײס אַז דײַנע קנעכט פֿאַרשטײען צו האַקן געהילץ פֿון לבֿנוֹן; און אָט װעלן מײַנע קנעכט זײַן מיט דײַנע קנעכט, 8 אָנצוברײטן פֿאַר מיר אַ סך האָלץ, װאָרעם דאָס הױז װאָס איך בױ, דאַרף זײַן גרױס און װוּנדערלעך. 9 און אָט גיב איך די העקער, די װאָס שנײַדן דאָס געהילץ, געשטױסענע װײץ פֿאַר דײַנע קנעכט, צװאַנציק טױזנט קאָר, און גערשטן צװאַנציק טױזנט קאָר, און װײַן צװאַנציק טױזנט בַת, און אײל צװאַנציק טױזנט בַת.

10 און חורָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געענטפֿערט אין אַ געשריפֿטס, און געשיקט צו שלמהן: װײַל ה׳ האָט ליב זײַן פֿאָלק, האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער זײ. 11 און חורָם האָט געזאָגט: ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, פֿאַר װאָס ער האָט געגעבן דעם מלך דָוִד אַ קלוגן זון, געניט אין שׂכל און פֿאַרשטאַנדיקײט, װאָס װעט בױען אַ הױז פֿאַר ה׳, און אַ הױז פֿאַר זײַן מלוכה.

12 און אַצונד, שיק איך דיר אַ קלוגן מאַן, געניט אין פֿאַרשטאַנדיקײט, מײַן הױפּטמײנסטער חורָם, 13 דעם זון פֿון אַ פֿרױ פֿון די טעכטער פֿון דָן, װאָס זײַן פֿאָטער איז אַ מאַן פֿון צוֹר; ער פֿאַרשטײט צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, אין קופּער, אין אײַזן, אין שטײנער, און אין האָלץ, אין פּורפּל, אין בלאָער װאָל, און אין פֿײַנלײַנען, און אין קאַרמין, און צו קריצן יעטװעדער קריצונג, און אױסקינצלען יעטװעדער קונציקע אַרבעט װאָס װעט אים געגעבן װערן – אין אײנעם מיט דײַנע קלוגע לײַט, און מיט די קלוגע לײַט פֿון מײַן האַר, דײַן פֿאָטער דָוִדן. 14 און אַצונד, די װײץ און די גערשטן, און דאָס אײל, און דעם װײַן, װאָס מײַן האַר האָט געזאָגט, זאָל ער שיקן צו זײַנע קנעכט; 15 און מיר װעלן האַקן געהילץ פֿון לבֿנוֹן לױט אַל דײַן באַדאַרף, און װעלן עס ברענגען צו דיר אױף טראַפּטן מיטן ים קײן יָפֿוֹ, און דו װעסט עס אַרױפֿברענגען קײן ירושָלַיִם.

16 און שלמה האָט איבערגעצײלט אַלע פֿרעמדע מענטשן װאָס אין לאַנד יִשׂרָאֵל, נאָך דער צײלונג װאָס זײַן פֿאָטער דָוִד האָט זײ געצײלט. און עס האָבן זיך געפֿונען הונדערט און דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און זעקס הונדערט. 17 און ער האָט געמאַכט פֿון זײ זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער און אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג; און דרײַ טױזנט און זעקס הונדערט אױפֿפּאַסערס צו מאַכן אַרבעטן דאָס פֿאָלק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-