Publicidade

2 Crônicas 13

1 אין אַכצענטן יאָר פֿון דעם מלך יָרָבֿעָם איז אַבֿיָה געװאָרן מלך איבער יהוּדה. 2 דרײַ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מיכָיָהו די טאָכטער פֿון אוריאֵלן פֿון גִבֿעָה. און אַ מלחמה איז געװען צװישן אַבֿיָהן און צװישן יָרָבֿעָמען. 3 און אַבֿיָה האָט אָנגעקניפּט די מלחמה מיט אַ חיל פֿון מלחמה-גיבוֹרים, פֿיר הונדערט טױזנט געקליבענע מענער; און יָרָבֿעָם האָט אָנגעריכט אױף אים די מלחמה מיט אַכט הונדערט טױזנט געקליבענע מענער, העלדישע גיבוֹרים.

4 און אַבֿיָה האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג צמָרַיִם װאָס אין די בערג פֿון אפֿרים, און ער האָט געזאָגט: הערט מיך צו, יָרָבֿעָם און גאַנץ יִשׂרָאֵל. 5 איר דאַרפֿט דאָך װיסן אַז ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט געגעבן די מלוכה איבער יִשׂרָאֵל צו דָוִדן אױף אײביק, צו אים און צו זײַנע קינדער, אין אַ ברית פֿון זאַלץ. 6 און יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן, דער קנעכט פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, איז אױפֿגעשטאַנען און האָט װידערשפּעניקט אָן זײַן האַר. 7 און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אַרום אים נישטיקע לײַט, נידערטרעכטיקע יונגען, און זײ האָבן זיך געפֿעסטיקט אַקעגן רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, און רחַבֿעָם איז געװען יונג און װײכהאַרציק, און האָט זיך נישט געקענט שטאַרקן אַקעגן זײ. 8 און אַצונד װילט איר זיך שטאַרקן אַקעגן דער מלוכה פֿון ה׳ אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון דָוִד; און איר זײַט אַ גרױסער המוֹן, און מיט אײַך זײַנען די גילדערנע קעלבער װאָס יָרָבֿעָם האָט אײַך געמאַכט פֿאַר ג‑טער. 9 פֿאַר װאָר, איר האָט פֿאַרשטױסן די כּהנים פֿון ה׳, די קינדער פֿון אַהרֹן, און די לוִיִים, און איר האָט אײַך געמאַכט כּהנים אַזױ װי די פֿעלקער פֿון אַנדערע לענדער; איטלעכער װאָס קומט דערפֿילן זײַן האַנט, מיט אַ יונגן אָקס, און מיט זיבן װידערס, ער װערט אַ כּהן צו די אומגעטער. 10 אָבער מיר – אלוקינו איז ה׳, און מיר האָבן אים נישט פֿאַרלאָזן, און כּהנים װאָס דינען פֿאַר ה׳, זײַנען קינדער פֿון אַהרֹן, און די לוִיִים זײַנען אױף דעם דינסט; 11 און זײ דעמפֿן צו ה׳ בראַנדאָפּפֿער פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, און אָװנט אין אָװנט, און װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און די אױסלײגונג פֿון דעם ברױט אױף דעם רײנעם טיש, און די גילדערנע מנוֹרה מיט אירע רערלעך אױף צו ברענען אָװנט אין אָװנט. װאָרעם מיר היטן די היטונג פֿון ה׳ אלוקינו, און איר האָט אים פֿאַרלאָזן. 12 און אָט איז פֿאַרױס מיט אונדז האלֹקים, און זײַנע כּהנים מיט שאַלטרומײטן צו שאַלן אױף אײַך. קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט ה׳ דעם ג-ט פֿון אונדזערע עלטערן, װאָרעם איר װעט נישט באַגליקן.

13 אָבער יָרָבֿעָם האָט אױסגעדרײט די לױערער צו קומען אױף זײ פֿון הינטן, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען פֿאַר יהוּדה, און די לױערער הינטער זײ. 14 און יהוּדה האָט זיך אומגעקוקט, ערשט די מלחמה איז אױף זײ פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; און זײ האָבן געשריען צו ה׳, און די כּהנים האָבן געטרומײטערט אין טרומײטן. 15 און די מענער פֿון יהוּדה האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאַלונג, און עס איז געװען, װי די מענער פֿון יהוּדה האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאַלונג, האָט האלֹקים געשלאָגן יָרָבֿעָמען און גאַנץ יִשׂרָאֵל פֿאַר אַבֿיָהן און יהוּדה. 16 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר יהוּדה, און אלֹקים האָט זײ געגעבן אין זײער האַנט. 17 און אַבֿיָה און זײַן פֿאָלק האָבן זײ געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון יִשׂרָאֵל פֿינף הונדערט טױזנט געקליבענע מענער. 18 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אין יענער צײַט, און די קינדער פֿון יהוּדה זײַנען געװאָרן שטאַרק, װײַל זײ האָבן זיך אָנגעלענט אױף ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.

19 און אַבֿיָה האָט נאָכגעיאָגט יָרָבֿעָמען, און ער האָט באַצװוּנגען פֿון אים שטעט: בֵית-אֵל מיט אירע טעכטערשטעט, און ישָנָה מיט אירע טעכטערשטעט, און אפֿרים מיט אירע טעכטערשטעט. 20 און יָרָבֿעָם איז מער נישט געקומען צו די כּוֹחות אין די טעג פֿון אַבֿיָהן; און ה׳ האָט אים געפּלאָגט, און ער איז געשטאָרבן.

21 און אַבֿיָה האָט זיך באַפֿעסטיקט. און ער האָט זיך גענומען פֿערצן װײַבער, און האָט געבאָרן צװײ און צװאַנציק זין, און זעכצן טעכטער.

22 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַבֿיָהן, און זײַנע פֿירונגען, און זײַנע רײד, זײַנען פֿאַרשריבן אין דעם מֶדרַש פֿון עִדוֹ דעם נבֿיא.

23 און אַבֿיָה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָסאָ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. אין זײַנע טעג איז דאָס לאַנד געװען רויִק צען יאָר.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-