1 און װי שלמה האָט געענדיקט מתפּלל זײַן, אַזױ האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער און די שלאַכטאָפּפֿער, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז. 2 און די כּהנים האָבן נישט געקענט אַרײַנגײן אין הױז פֿון ה׳, װײַל די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳. 3 און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזען װי דאָס פֿײַער האָט אַראָפּגענידערט, און די פּראַכט פֿון ה׳ איז געװען איבערן הױז, און זײ האָבן געקניט מיטן פּנים צו דער ערד אױף דער פֿלאַסטערונג, און זײ האָבן זיך געבוקט, און האָבן געלױבט ה׳: װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
4 און דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿאַר ה׳. 5 און דער מלך שלמה האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿערונג פֿון צװײ און צװאַנציק טױזנט רינדער, און הונדערט און צװאַנציק טױזנט שאָף. אַזױ האָט דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק באַנײַט דאָס הױז פֿון אלֹקים.
6 און די כּהנים זײַנען געשטאַנען אױף זײערע װאַכן, און די לוִיִים מיט כּלֵי-זֶמֶר פֿאַר דעם געזאַנג פֿון ה׳, װאָס דָוִד המלך האָט געמאַכט אױף צו געבן אַ דאַנק צו ה׳, װײַל אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד, מיט אַ לױבונג פֿון דָוִדן, דורך זײער האַנט; און די כּהנים האָבן געטרומײטערט אַקעגן זײ; און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען געשטאַנען.
7 און שלמה האָט געהײליקט דעם מיטן פֿון הױף װאָס פֿאַר ה׳ס הױז; װײַל ער האָט דאָרטן געמאַכט די בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער; װאָרעם דער קופּערנער מזבח װאָס שלמה האָט געמאַכט, האָט נישט געקענט אַרױפֿנעמען די בראַנדאָפּפֿער און די שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס.
8 און שלמה האָט געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ אין יענער צײַט זיבן טעג, און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים, אַ זײער גרױסע אײַנזאַמלונג, פֿון װוּ מע קומט קײן חַמָת ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם. 9 און אױפֿן אַכטן טאָג האָבן זײ געמאַכט אַ הײליקע אײַנזאַמלונג; װאָרעם זיבן טעג האָבן זײ געמאַכט די באַנײַונג פֿון מזבח, און דער יוֹם-טובֿ איז געװען זיבן טעג. 10 און אױפֿן דרײַ און צװאַנציקסטן טאָג אין זיבעטן חודש האָט ער אַװעקגעשיקט דאָס פֿאָלק צו זײערע געצעלטן פֿרײלעך און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן איבער דעם גוטס װאָס ה׳ האָט געטאָן צו דָוִדן, און צו שלמהן, און צו זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.
11 אַזױ האָט שלמה פֿאַרענדיקט דאָס הױז פֿון ה׳, און דאָס הױז פֿון מלך; און אַלץ װאָס איז געקומען שלמהן אױפֿן האַרצן צו מאַכן אין הױז פֿון ה׳, אָדער אין זײַן הױז, האָט ער דורכגעפֿירט.
12 און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו שלמהן בײַ נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: איך האָב צוגעהערט דײַן תּפֿילה, און איך האָב אױסדערװײלט דעם דאָזיקן אָרט פֿאַר מיר, פֿאַר אַ הױז פֿון זֶבַֿח. 13 אַז איך װעל פֿאַרשליסן דעם הימל, און עס װעט נישט זײַן קײן רעגן, אָדער אַז איך װעל באַפֿעלן דעם הײשעריק צו פֿאַרצערן דאָס לאַנד, אָדער אױב איך װעל שיקן אַ מגפֿה צװישן מײַן פֿאָלק, 14 און מײַן פֿאָלק װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װעט װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן מתפּלל זײַן און בעטן פֿאַר מיר, און װעלן זיך אומקערן פֿון זײערע שלעכטע װעגן, װעל איך צוהערן פֿון הימל, און װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און װעל הײלן זײער לאַנד. 15 אַצונד װעלן מײַנע אױגן זײַן אָפֿן, און מײַנע אױערן פֿאַרנעמיק, צו דער תּפֿילה פֿון דעם דאָזיקן הױז. 16 און אַצונד האָב איך אױסדערװײלט און האָב געהײליקט דאָס דאָזיקע הױז, אַז מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן אױף אײביק, און מײַנע אױגן און מײַן האַרץ װעלן דאָרטן זײַן אַלע טעג. 17 און דו, אױב דו װעסט גײן פֿאַר מיר, אַזױ װי דײַן פֿאָטער דָוִד איז געגאַנגען, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, און מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן װעסטו היטן, 18 װעל איך אױפֿשטעלן דעם טראָן פֿון דײַן מלוכה, אַזױ װי איך האָב געשלאָסן אַ בונד מיט דײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר נישט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן װאָס געװעלטיקט אין יִשׂרָאֵל. 19 אױב אָבער איר װעט זיך אָפּקערן, און איר װעט פֿאַרלאָזן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, און איר װעט גײן און װעט דינען פֿרעמדע ג‑טער, און װעט זיך בוקן צו זײ, 20 װעל איך זײ אױסרײַסן פֿון מײַן ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, און דאָס דאָזיקע הױז װאָס איך האָב געהײליקט צו מײַן נאָמען, װעל איך אַװעקװאַרפֿן פֿון מײַן פּנים, און איך װעל עס מאַכן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט און פֿאַר אַ געשפּעט צװישן אַלע פֿעלקער. 21 און דאָס דאָזיקע הױז װאָס איז געװען דערהױבן, װעט איטלעכער װאָס גײט אים פֿאַרבײַ זיך דערשרעקן; און אַז ער װעט זאָגן: פֿאַר װאָס האָט ה׳ אַזױ געטאָן צו דעם דאָזיקן לאַנד, און צו דעם דאָזיקן הױז?
22 װעט מען זאָגן: דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, װאָס האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און זײ האָבן זיך געהאַלטן אָן פֿרעמדע ג‑טער, און זיך געבוקט צו זײ און זײ געדינט; דערום האָט ער געבראַכט אױף זײ אַל דאָס דאָזיקע בײז.