Publicidade

Isaías 62

1 פֿון װעגן צִיוֹן װעל איך נישט שװײַגן,

און פֿון װעגן ירושָלַיִם װעל איך נישט רוען,

ביז אַרױס װי דער שײַן װעט איר גערעכטיקײט,

און איר הילף װי אַ פֿלאַם װאָס ברענט.

2 און די פֿעלקער װעלן זען דײַן גערעכטיקײט,

און אַלע מלכים דײַן כּבֿוד;

און מע װעט דיך רופֿן אַ נײַעם נאָמען,

װאָס דאָס מױל פֿון ה׳ װעט אים אָנרופֿן.

3 און װעסט זײַן אַ קרױן פֿון שײנקײט

אין דער האַנט פֿון ה׳,

און אַ מַלכותדיקע הױב

אין דער האַנטפֿלעך פֿון דײַן ג-ט.

4 אױף דיר װעט מער נישט געזאָגט װערן פֿאַרלאָזטע,

און אױף דײַן לאַנד װעט מער נישט געזאָגט װערן װיסטעניש,

נאָר דיך װעט מען רופֿן מײַן-גלוסט-צו-איר,

און דאָס לאַנד דײַנס באַמאַנטע;

װאָרעם ה׳ טוט דיך גלוסטן,

און דײַן לאַנד װעט באַמאַנט װערן.

5 װאָרעם װי אַ בחור באַמאַנט אַ יונגפֿרױ,

װעלן דיך באַמאַנען דײַנע קינדער;

און װי די פֿרײד פֿון אַ חתן מיט דער כּלה,

װעט זיך פֿרײען מיט דיר דײַן ג-ט.

6 אױף דײַנע מױערן, ירושָלַיִם, האָב איך אױפֿגעשטעלט שָומרים,

אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט, זײ זאָלן תּמיד נישט שװײַגן.

איר דערמאָנער פֿון ה׳, קײן רו נישט צו אײַך!

7 און איר זאָלט נישט געבן קײן רו צו אים,

ביז ער װעט אױפֿריכטן, און ביז ער װעט מאַכן ירושָלַיִם

אַ לױב אױף דער ערד.

8 ה׳ האָט געשװאָרן בײַ זײַן רעכטער האַנט,

און בײַ זײַן מאַכטיקן אָרעם:

אױב איך װעל מער געבן דײַן תּבֿואה

פֿאַר שפּײַז צו דײַנע פֿײַנט!

און אױב פֿרעמדגעבאָרענע װעלן טרינקען דײַן װײַן

װאָס דו האָסט זיך געמיט אױף אים!

9 נײַערט אירע אַרײַננעמער װעלן זי עסן,

און װעלן לױבן ה׳;

און זײַנע אײַנזאַמלער װעלן אים טרינקען

אין די הױפֿן פֿון מײַן הײליקטום.

10 גײט דורך, גײט דורך דורך די טױערן,

ראַמט אָפּ דעם װעג פֿון דעם פֿאָלק!

טרעט אױס, טרעט אױס דעם שטעג,

רײניקט אָפּ פֿון שטײנער!

הײבט אױף אַ פֿאָן צו די פֿעלקער!

11 זע, ה׳ האָט געמאַכט הערן

ביז צום עק פֿון דער ערד:

זאָגט צו טאָכטער צִיוֹן: זע, דײַן הילף איז געקומען;

זע, זײַן לױן איז מיט אים,

און זײַן פֿאַרגעלטונג אים פֿאַרױס.

12 און מע װעט זײ רופֿן דאָס הײליקע פֿאָלק,

די אױסדערלײזטע פֿון ה׳;

און דיך װעט מען רופֿן געזוכטע,

נישט פֿאַרלאָזענע שטאָט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-