1 די נבֿואה אױף דַמֶשֶׂק:
זע דַמֶשֶׂק װערט אױס שטאָט,
און װעט װערן אַ חורבֿה-הױפֿן.
2 פֿאַרלאָזן די שטעט פֿון עַרוֹעֵר,
פֿאַר סטאַדעס װעלן זײ זײַן;
און זײ װעלן הױערן,
און קײנער װעט נישט אָפּשרעקן.
3 און אָפּגעטאָן װעט װערן אַ פֿעסטונג פֿון אפֿרים,
און אַ מלוכה פֿון דַמֶשֶׂק;
און דער איבערבלײַב פֿון אַרָם
װעט װערן װי די פּראַכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
4 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
װעט פֿאַראָרימט װערן די פּראַכט פֿון יעקבֿ,
און די פֿעטקײט פֿון זײַן לײַב װעט אָפּגעצערט װערן.
5 און עס װעט זײַן װי אַ שניטער זאַמלט תּבֿואה,
און שנײַדט מיט זײַן אָרעם די זאַנגען;
און עס װעט זײַן װי מע קלײַבט זאַנגען
אין טאָל פֿון רפֿאים.
6 נאָר אַ נאָכקלײַב װעט בלײַבן אױף אים,
װי בײַם אָפּקלאַפּן אַן אײלבערטבױם,
צװײ דרײַ פּערלעך אױבן בײַם שפּיץ,
פֿיר פֿינף אױף זײַנע צװײַגן, אױב פֿרוכטיק,
זאָגט ה׳, אלוקי יִשׂרָאֵל.
7 אין יענעם טאָג װעט דער מענטש זיך קערן צו זײַן באַשעפֿער, און זײַנע אױגן װעלן קוקן צום הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל. 8 און ער װעט זיך נישט קערן צו די מזבחות, די װערק פֿון זײַנע הענט, און נישט אָנקוקן װאָס זײַנע פֿינגער האָבן געמאַכט, און די געצנבײמער און די זונזײַלן. 9 אין יענעם טאָג װעלן זײַנע פֿעסטע שטעט זײַן װי די פֿאַרלאָזנקײט פֿון די װעלדער און די באַרגשפּיצן, װאָס מע האָט פֿאַרלאָזן פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און עס װעט זײַן אַ װיסטעניש.
10 װאָרעם האָסט פֿאַרגעסן דעם ג-ט פֿון דײַן הילף,
און דעם פֿעלדז פֿון דײַן שטאַרקײט האָסטו נישט דערמאָנט;
דערום האָסטו ליבלעכע פֿלאַנצן געפֿלאַנצט,
און אַ פֿרעמדן צװײַג אײַנגעזעצט דרינען;
11 אין טאָג פֿון דײַן פֿלאַנצונג האָסט עס געמאַכט װאַקסן,
און פֿרימאָרגנס האָסטו דײַן זאָמען געמאַכט בליִען –
אַ הױפֿן ריטלעך אין טאָג פֿון שטאַרקע
קראַנקשאַפֿט און װײטאָג.
12 װײ, די ברומונג פֿון פֿיל אומות,
װאָס ברומען װי דאָס ברומען פֿון ימען;
און די רױשונג פֿון פֿעלקער,
װאָס רױשן װי די רױשונג פֿון מאַכטיקע װאַסערן!
13 די פֿעלקער רױשן װי די רױשונג פֿון פֿיל װאַסערן,
אָבער ער װעט אָנשרײַען אױף זײ,
און זײ װעלן אַנטלױפֿן אין דער װײַט,
און געיאָגט װערן װי שפּרײ פֿון די בערג פֿאַרן װינט,
און װי אַ שטױבראָד פֿאַרן שטורעם.
14 צו אָװנטצײַט, זע, אַ שרעקעניש!
אײדער פֿרימאָרגן זײַנען זײ נישטאָ.
דאָס איז דער חלק פֿון אונדזערע רױבער,
און דער גורל פֿאַר אונדזערע אױסרױבער.