Publicidade

Isaías 58

1 רוף מיט קעל, זאָלסט נישט צוריקהאַלטן,

אַזױ װי אַ שופֿר הײב אױף דײַן קֹול,

און זאָג מײַן פֿאָלק זײער פֿאַרברעך,

און דעם הױז פֿון יעקבֿ זײערע זינד.

2 און זײ זוכן מיך נאָך טאָג פֿאַר טאָג,

און װיסן מײַנע װעגן באַגערן זײ!

אַזױ װי אַ פֿאָלק װאָס טוט גערעכטיקײט,

און פֿאַרלאָזט נישט דאָס געזעץ פֿון זײַן ג-ט,

פֿאַרלאַנגען זײ פֿון מיר משפּטים גערעכטע,

די נאָנטקײט פֿון ה׳ באַגערן זײ.

3 פֿאַר װאָס פֿאַסטן מיר, און דו זעסט נישט?

פּײַניקן מיר אונדזער זעל, און דו מערקסט נישט?

זעט, אין טאָג פֿון אײַער פֿאַסטן געפֿינט איר אַן עסק,

און אַלע אײַערע אַרבעטער טוט איר דריקן.

4 איר פֿאַסט דאָך נאָר פֿאַר קריג און שטרײַט,

און צו שלאָגן מיטן פֿױסט פֿון אומרעכט;

איר פֿאַסט נישט אין אַזאַ טאָג

צו מאַכן הערן אין דער הײך אײַער קֹול.

5 איז אַזאַ דאָס פֿאַסטן װאָס איך האָב אױסגעװײלט?

אַ טאָג פֿאַר אַ מענטשן צו פּײַניקן זײַן זעל?

צו בײגן װי אַ װאַסערריטל זײַן קאָפּ,

און זאַק און אַש זאָל ער זיך אױסבעטן?

צי דאָס רופֿסטו פֿאַסטן,

און אַ טאָג פֿון באַװיליקונג צו ה׳?

6 איז נישט דאָס דאָס פֿאַסטן װאָס איך האָב אױסגעװײלט:

לױז מאַכן די קײטן פֿון אומרעכט,

אָפּבינדן די בינדשטריק פֿון יאָך,

און אַרױסלאָזן פֿרײַ די געדריקטע,

און יעטװעדער יאָך זאָלט איר צעברעכן?

7 איז עס נישט, אָפּצוברעכן פֿון דײַן ברױט דעם הונגעריקן,

און פֿאַרװאָגלטע אָרימע זאָלסטו אַרײַנברענגען אין הױז?

אַז דו זעסט אַ נאַקעטן, זאָלסטו אים באַדעקן,

און פֿון דײַן אײגן פֿלײש זאָלסטו זיך נישט פֿאַרהױלן?

8 דענצמאָל װעט אױסברעכן װי דער פֿרימאָרגן דײַן ליכט,

און דײַן הײלונג װעט אַרױסשפּראָצן גיך;

און דיר פֿאַרױס װעט גײן דײַן גערעכטיקײט,

און די פּראַכט פֿון ה׳ װעט דיך נאָכבאַלײטן.

9 דענצמאָל װעסטו רופֿן, און ה׳ װעט ענטפֿערן;

װעסט שרײַען, און ער װעט זאָגן: דאָ בין איך!

אַז דו װעסט אָפּטאָן פֿון צװישן דיר פֿאַריאָכונג,

טײטלען מיטן פֿינגער, און רעדן אומרעכט;

10 און װעסט אױסשטרעקן צום הונגעריקן דײַן זעל,

און די געדריקטע זעל װעסטו זעטן;

דענצמאָל װעט אױפֿשײַנען אין חושך דײַן ליכט,

און דײַן פֿינצטערקײט װי מיטן טאָג.

11 און ה׳ װעט דיך פֿירן תּמיד,

און װעט זעטן אין טריקענישן דײַן זעל,

און דײַנע בײנער װעט ער שטאַרקן;

און װעסט זײַן װי אַ גאָרטן אַן אָנגעטרונקענער,

און װי אַן אױסגאַנג װאַסער

װאָס זײַנע װאַסערן טוען נישט פֿעלשן.

12 און מע װעט אָפּבױען בײַ דיר אײביקע חורבֿות,

גרונטפֿעסטן פֿון דור-דורות װעסטו אױפֿשטעלן;

און מע װעט דיך רופֿן פֿאַרמױערער פֿון בראָכן,

באַנײַער פֿון װעגן צום װױנען.

13 אַז דו װעסט אָפּהאַלטן צוליב שבת דײַן פֿוס,

פֿון טאָן דײַנע עסקים אין מײַן הײליקן טאָג;

און װעסט רופֿן שבת אַ תּענוג,

דעם הײליקן פֿון ה׳, געערלעכט;

און װעסט אים ערלעכן, נישט צו טאָן דײַנע גאַנגען,

נישט צו געפֿינען דיר אַן עסק, אָדער אָפּרעדן אַ זאַך.

14 דענצמאָל װעסטו זיך קװיקן מיט ה׳,

און איך װעל דיך אַרױפֿזעצן אױף די הײכן פֿון דער ערד,

און דיך מאַכן עסן די אַרב פֿון דײַן פֿאָטער יעקבֿ;

װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-