Publicidade

Isaías 3

1 װאָרעם זע, דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת,

טוט אָפּ פֿון ירושָלַיִם און פֿון יהוּדה

אַן אונטערלען און אַן אָנלען;

יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט,

און יעטװעדער אונטערלען פֿון װאַסער.

2 דעם גיבור און דעם מאַן פֿון מלחמה,

דעם ריכטער און דעם נבֿיא,

און דעם װאָרזאָגער און דעם עלטסטן;

3 דעם הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק,

און דעם אָנגעזעענעם און דעם בַעַל-יוֹעץ,

און דעם קלוגן צױבערער,

און דעם שפּרוכקענער.

4 און איך װעל מאַכן ייִנגלעך פֿאַר זײערע האַרן,

און קינדער װעלן געװעלטיקן איבער זײ.

5 און דאָס פֿאָלק װעט זיך דריקן,

אײנער דעם אַנדערן,

און איטלעכער זײַן חבֿר;

אַ ייִנגל װעט זיך גרײסן קעגן זקן,

און דער ניבֿזה קעגן נִכבד.

6 אַז עמעצער װעט אָנכאַפּן

זײַן ברודער פֿון זײַן פֿאָטערס הױז:

אַ בגד האָסטו, אַ האַר זאָלסטו אונדז זײַן,

און די דאָזיקע שטרױכלעניש זאָל זײַן אונטער דײַן האַנט,

7 װעט ער שװערן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:

איך װעל נישט זײַן קײן הײלער,

אַז אין מײַן הױז איז נישטאָ קײן ברױט און קײן בגד;

איר װעט מיך נישט מאַכן פֿאַרן האַר פֿון פֿאָלק.

8 װאָרעם געשטרױכלט איז ירושָלַיִם,

און יהוּדה איז געפֿאַלן;

װײַל זײער צונג און זײערע מעשׂים זײַנען קעגן ה׳,

צו װידערשפּעניקן די אױגן פֿון זײַן כּבֿוד.

9 דער אָנבליק פֿון זײער פּנים זאָגט עדות אױף זײ;

און זײער זינד זאָגן זײ אױס װי סדוֹם, זײ פֿאַרלײקענען נישט.

װײ צו זײער זעל,

װאָס זײ האָבן זיך אַלײן בײז געטאָן.

10 זאָגט דעם גערעכטן אַז אים װעט זײַן גוט,

װײַל די פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים װעלן זײ עסן.

11 װײ צו דעם רשע, אים װעט זײַן שלעכט,

װאָרעם די טוּונג פֿון זײַנע הענט װעט אים געשען.

12 מײַן פֿאָלק – זײַנע באַצװינגער זײַנען קינדער,

און װײַבער געװעלטיקן איבער אים.

מײַן פֿאָלק! דײַנע האַרן זײַנען פֿאַרפֿירער,

און דעם װעג פֿון דײַנע שטעגן האָבן זײ צעמישט.

13 ה׳ שטײט אױף זיך צו קריגן,

און ער שטעלט זיך צו משפּטן די פֿעלקער.

14 ה׳ װעט גײן אין אַ משפּט

מיט די עלטסטע פֿון זײַן פֿאָלק און זײַנע האַרן:

דאָס האָט איר אָפּגעגעסן דעם װײַנגאָרטן,

די גזלה פֿון אָרעמאַן איז אין אײַערע הײַזער.

15 װאָס מײנט איר, װאָס איר צעדריקט מײַן פֿאָלק,

און דעם פּנים פֿון די אָרימע צעמאָלט איר?

זאָגט דער אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת.

16 און ה׳ האָט געזאָגט:

װײַל די טעכטער פֿון צִיוֹן זײַנען האָפֿערדיק,

און גײען פֿאַרריסן דעם האַלדז,

און װינקענדיק מיט די אױגן;

גײען שװעבנדיק גײען זײ,

און מיט זײערע פֿוסרינגען קלינגען זײ;

17 דערום װעט אֲדֹנָי קרעציק מאַכן

דעם קאָפּ פֿון די טעכטער פֿון צִיוֹן,

און ה׳ װעט זײער שאַנד אַנטפּלעקן.

18 אין יענעם טאָג װעט אֲדֹנָי אָפּטאָן די שײנקײט פֿון די פֿוסרינגען, און די שטערנבענדער, און די לבֿנהלעך; 19 די באָמבערלעך, און די אָרעמבענדער, און די שלײערס; 20 די קאָפּטיכער, און די טריטקײטלעך, און די גאַרטלען, און די לײַבלעך, און די קמיעות; 21 די פֿינגערלעך, און די נאָזרינגען; 22 די פֿאַרטיכטער, און די מאַנטלען, און די איבערדעקן, און די בײַטלען; 23 די טולן, און די לײַנענע טיכער, און די הױבן, און די דעקטיכער.

24 און עס װעט זײַן,

אַנשטאָט בשׂמים װעט זײַן צעפֿױלטקײט,

און אַנשטאָט אַ גאַרטל, אַ שטריק,

און אַנשטאָט קרױזן, אַ פּליך,

און אַנשטאָט אַ ברוסטטוך, אַ זאַקגורט;

אַ בראַנד אַנשטאָט שײנקײט.

25 דײַנע מענער װעלן דורכן שװערד פֿאַלן,

און דײַנע גיבוֹרים אין מלחמה.

26 און קלאָגן און טרױערן װעלן אירע טױערן,

און אױסגעלײדיקט װעט זי װערן,

אױף דער ערד װעט זי זיצן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-