Publicidade

Isaías 63

1 װער איז דער װאָס קומט פֿון אֶדוֹם,

אין גערױטיקטע בגדים פֿון בָצרָה?

דער װאָס איז פּראַכטיק אין זײַן מלבוש,

אױסגעבױגן אין זײַן גרױס שטאַרקײט?

איך װאָס רעד מיט גערעכטיקײט,

װאָס בין מאַכטיק צו העלפֿן.

2 פֿאַר װאָס איז רױט אױף דײַן קלײד,

און דײַנע בגדים װי בײַם טרעטער אין אַ קעלטער?

3 איך האָב געטרעטן אַ קעלטער אַלײן,

און פֿון די פֿעלקער איז קײנער מיט מיר נישט געװען;

און איך האָב זײ געטרעטן אין מײַן כּעס,

און זײ געטראַמפּלט אין מײַן גרימצאָרן;

האָט געשפּריצט זײער זאַפֿט אױף מײַנע בגדים,

און אַלע מײַנע קלײדער האָב איך באַפֿלעקט.

4 װאָרעם אַ טאָג פֿון נקמה איז אין מײַן האַרצן,

און מײַן יאָר פֿון דערלײזונג איז געקומען.

5 און איך האָב מיך אומגעקוקט,

און נישט געװען קײן העלפֿער,

און איך האָב מיך געװוּנדערט,

און נישט געװען קײן אונטערלענער;

האָט מיך מײַן אָרעם געהאָלפֿן,

און מײַן גרימצאָרן, ער האָט מיך אונטערגעלענט.

6 און איך האָב געטרעטן די פֿעלקער אין מײַן כּעס,

און זײ פֿאַרשיכּורט מיט מײַן גרימצאָרן,

און געמאַכט נידערן צו דער ערד זײער זאַפֿט.

7 די חסדים פֿון ה׳ װעל איך דערמאָנען,

די לױבונגען פֿון ה׳,

װעדליק אַלץ װאָס ה׳ האָט אונדז געטאָן,

און די פֿיל טובֿות צום הױז פֿון יִשׂרָאֵל,

װאָס ער האָט געטאָן צו זײ לױט זײַן באַרעמהאַרציקײט,

און לױט זײַנע פֿיל חסדים.

8 װאָרעם ער האָט געזאָגט: זײ זײַנען פֿאָרט מײַן פֿאָלק,

קינדער װאָס װעלן נישט פֿעלשן;

און ער איז זײ געװען פֿאַר אַ העלפֿער.

9 אין אַל זײער לײַד האָט ער געליטן,

און דער מלאך פֿון זײַן פּנים האָט זײ געהאָלפֿן;

אין זײַן ליבשאַפֿט און אין זײַן דערבאַרעמונג

האָט ער זײ אױסגעלײזט,

און זײ געהױבן און זײ געטראָגן

אַלע טעג פֿון פֿאַרצײַטן.

10 אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקט

און באַטריבט זײַן הײליקן גײַסט,

און ער איז זײ פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ פֿײַנט;

ער האָט מלחמה געהאַלטן אױף זײ.

11 און זײַן פֿאָלק האָט געדאַכט

אָן די טעג פֿון פֿאַרצײַטן, פֿון משהן:

װוּ איז דער װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון ים,

דורך דעם פּאַסטוך פֿון זײַנע שאָף?

װוּ איז דער װאָס האָט זײ אַרײַנגעטאָן אין אים

זײַן הײליקן גײַסט?

12 װוּ איז ער, װאָס האָט באַלײט די רעכטע האַנט פֿון משהן

מיט דעם אָרעם פֿון זײַן פּראַכט?

װאָס האָט געשפּאָלטן די װאַסערן פֿון פֿאַר זײ,

זיך צו מאַכן אַן אײביקן נאָמען?

13 װאָס האָט זײ געפֿירט דורך תּהומען

װי אַ פֿערד דורך אַ סטעפּ,

זײ זאָלן נישט געשטרױכלט װערן?

14 װי פֿיך װאָס טוט נידערן אין טאָל,

האָט דער גײַסט פֿון ה׳ זײ באַרוט;

אַזױ האָסטו געפֿירט דײַן פֿאָלק,

דיר צו מאַכן אַ פּראַכטיקן נאָמען.

15 לוג פֿון הימל און זע,

פֿון דײַן הײליקער און פּראַכטיקער װױנונג;

װוּ איז דײַן אָננעמען זיך און דײַנע גבֿורות?

די ברומונג פֿון דײַנע אינגעװײד און דײַן באַרעמהאַרציקײט

האַלטן זיך אײַן קעגן מיר.

16 פֿאַר װאָר, דו ביסט אונדזער פֿאָטער;

װאָרעם אבֿרהם װײס אונדז נישט,

און יִשׂרָאֵל קען אונדז נישט;

דו, ה׳, ביסט אונדזער פֿאָטער,

אונדזער אױסלײזער איז דײַן נאָמען פֿון אײביק אָן.

17 פֿאַר װאָס, ה׳, לאָזטו אונדז בלאָנדזשען פֿון דײַנע װעגן,

מאַכסט האַרט אונדזער האַרץ, נישט מורא צו האָבן פֿאַר דיר?

קער זיך אום פֿון װעגן דײַנע קנעכט,

די שבֿטים פֿון דײַן אַרב.

18 כּמעט פֿאַרטריבן האָבן זײ דײַן הײליק פֿאָלק;

אונדזערע פֿײַנט האָבן צעטרעטן דײַן הײליקטום.

19 מיר זײַנען געװאָרן װי די

װאָס דו האָסט קײן מאָל נישט געװעלטיקט אױף זײ,

װאָס דײַן נאָמען איז נישט גערופֿן געװאָרן אױף זײ.

הלװאַי צערײַסטו די הימלען און נידערסט אַראָפּ,

די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר;

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-