Publicidade

Isaías 18

1 אָ, דאָס לאַנד פֿון פֿליגלזשומערײַ,

װאָס פֿון יענער זײַט טײַכן פֿון כּוּש;

2 װאָס שיקט איבערן ים שלוחים,

און אין שיפֿן פֿון יאַמש אױפֿן װאַסער!

גײט, שלוחים פֿלינקע, צו דער הױכער און גלאַנציקער אומה,

צו אַ פֿאָלק מוראדיק פֿון אײביק אָן,

אַן אומה פֿון מאַכט און צעטרעטונג,

װאָס טײַכן שנײַדן דורך איר לאַנד.

3 איר אַלע װױנער פֿון דער װעלט,

און איר װאָס רוט אױף דער ערד,

װען מע הײבט אױף אַ פֿאָן אױף די בערג, װעט איר זען,

און װען מע בלאָזט אַ שופֿר, װעט איר הערן.

4 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צו מיר:

איך װעל רויִק צוקוקן אין מײַן אָרט,

װי קלאָרע היץ אין זונליכט,

װי אַ טױװאָלקן אין דער היץ פֿון שניט.

5 װאָרעם פֿאַרן שניט, װען געענדיקט די בליִעכץ,

און דער שפּראָץ װערט אַ װײַנטרױב װאָס צײַטיקט זיך,

װעט ער אָפּשנײַדן די הענגלעך מיט צװײַגמעסערס,

און די צװײַגן טוט ער אָפּ און װאַרפֿט אַװעק.

6 זײ װעלן איבערגעלאָזט װערן אין אײנעם

פֿאַרן רױבפֿױגל פֿון די בערג,

און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד;

און װעט זומערן דערױף דער רױבפֿױגל,

און איטלעך חיה פֿון דער ערד װעט דערױף װינטערן.

7 אין יענער צײַט װעט געבראַכט װערן

אַ מתּנה צו ה׳ צבָֿאוֹת,

פֿון דער הױכער און גלאַנציקער אומה,

פֿון אַן אומה מוראדיק פֿון אײביק אָן,

אַ פֿאָלק פֿון מאַכט און צעטרעטונג,

װאָס טײַכן שנײַדן דורך זײַן לאַנד,

צום אָרט פֿון דעם נאָמען פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,

צום באַרג צִיוֹן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-