1 שװײַגט פֿאַר מיר, איר אינדזלען,
און זאָלן די פֿעלקער באַנײַען דעם כּוֹח;
זאָלן זײ זיך נענטערן, דענצמאָל זאָלן זײ רעדן;
בײַנאַנד לאָמיר צום משפּט גענענען.
2 װער האָט דערװעקט פֿון מזרח דעם גערעכטן,
רופֿט אים צו זײַן פֿוס?
ער גיט פֿאַר אים פֿעלקער,
און מאַכט אים געװעלטיגן איבער מלכים;
ער מאַכט װי שטױב זײַער שװערד,
װי צװײעטע שטרױ זײַער בױגן.
3 ער פֿאָלגט זײ נאָך,
ער גײט דורך בשלום, אױף אַ װעג
װאָס מיט זײַנע פֿיס איז ער נישט געגאַנגען.
4 װער האָט דאָס געטאָן און אױסגעפֿירט?
דער װאָס רופֿט די דורות פֿון אָנהױב אָן;
איך, דער אײביקער, בין דער ערשטער,
און מיט די לעצטע בין איך דערזעלבער.
5 די אינדזלען האָבן געזען, און האָבן מורא,
די עקן פֿון דער ערד טוען ציטערן;
זײ האָבן גענענט און זײַנען געקומען.
6 אײנער העלפֿט דעם אַנדערן,
און ער זאָגט צו זײַן ברודער: זײַ שטאַרק;
7 און דער טישלער שטאַרקט דעם שמעלצער,
דער װאָס גלעט מיטן האַמער,
דעם װאָס קלאַפּט אױפֿן אַמבאָס;
ער זאָגט אױפֿן צונױפֿלײט: ער איז גוט;
און באַפֿעסטיקט עס מיט נעגל,
עס זאָל זיך נישט װאַקלען.
8 און דו יִשׂרָאֵל מײַן קנעכט,
יעקבֿ, װאָס איך האָב דיך אױסדערװײלט,
דער זאָמען פֿון אבֿרהם מײַן ליבהאָבער,
9 װאָס איך האָב דיך אָנגענומען פֿון די עקן ערד,
און פֿון אירע ברעגן דיך גערופֿן,
און געזאָגט צו דיר: מײַן קנעכט ביסטו,
איך האָב דיך אױסדערװײלט און דיך נישט פֿאַראַכט;
10 זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר,
זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט;
איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך,
און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
11 זע, פֿאַרשעמט און צו שאַנד װעלן װערן
אַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף דיר;
װי נישט װעלן װערן
און אונטערגײן די מענטשן אין קריג מיט דיר;
12 װעסט זײ זוכן און זײ נישט געפֿינען,
די מענטשן אין שטרײַט מיט דיר;
װי נישט און װי גאָרנישט װעלן װערן
די מענטשן אין מלחמה מיט דיר.
13 װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט
װאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט,
דער װאָס זאָגט צו דיר:
זאָלסט נישט מורא האָבן, איך העלף דיך.
14 זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם יעקבֿ, הײפֿעלע יִשׂרָאֵל;
איך העלף דיך, זאָגט ה׳,
און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
15 זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ דרעששליטן אַ נײַעם,
מיט שפּיצן אַ סך;
װעסט דרעשן בערג און צעמאָלן,
– און הײכן װעסטו װי שפּרײ מאַכן.
16 װעסט זײ װינטשופֿלען,
און אַ װינט װעט זײ אַװעקטראָגן,
און אַ שטורעם װעט זײ צעשפּרײטן;
און דו װעסט זיך פֿרײען מיט ה׳,
מיט דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל װעסטו זיך רימען.
17 די אָרימע און באַדערפֿטיקע זוכן װאַסער און נישטאָ,
זײער צונג איז פֿאַרטריקנט פֿון דאָרשט;
איך, ה׳, װעל זײ ענטפֿערן,
איך, אלוקי יִשׂרָאֵל, װעל זײ נישט פֿאַרלאָזן.
18 איך װעל עפֿענען שטראָמען אױף הױכע ערטער,
און קװאַלן אין מיטן פֿון טאָלן;
איך װעל מאַכן דעם מדבר פֿאַר אַ געמױזעכץ װאַסער,
און טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
19 איך װעל געבן אין מדבר צעדער,
אַקאַציע, און מירט, און אײלבױם;
איך װעל אײַנזעצן אין דער װיסטע ציפּרעס,
טענענבױם און בוקסנבױם אין אײנעם;
20 כּדי זײ זאָלן זען און װיסן,
און באַטראַכטן און פֿאַרשטײן צוגלײַך,
אַז די האַנט פֿון ה׳ האָט דאָס געטאָן,
און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל האָט עס געשאַפֿן.
21 ברענגט אַהער אײַער קריג, זאָגט ה׳,
גענענט אײַערע טענות, זאָגט דער קיניג פֿון יעקבֿ.
22 זאָלן זײ גענענען און אונדז זאָגן
די זאַכן װאָס געשעען;
די פֿריִערדיקע – װאָס זײַנען זײ?
זאָגט, כּדי מיר זאָלן צולײגן אונדזער האַרץ,
און דערקענען זײער אױסלאָזן;
אָדער די קומעדיקע לאָזט אונדז הערן.
23 דערצײלט אונדז װאָס װעט קומען שפּעטער,
און מיר װעלן װיסן אַז איר זײַט ג‑טער;
יאָ, טוט גוטס אָדער טוט שלעכטס,
און מיר װעלן זיך אומקוקן און זען צוגלײַך.
24 זעט, איר זײַט פֿון נישט,
און אײַער װערק פֿון גאָרנישט;
אומװערדיק איז דער װאָס טוט אײַך אױסװײלן.
25 איך האָב דערװעקט פֿון צפֿון, און ער איז געקומען,
פֿון זונאױפֿגאַנג דעם װאָס רופֿט מײַן נאָמען;
און ער גײט אױף פֿירשטן װי אױף קױט,
און װי אַ טעפּער טרעט לײם.
26 װער האָט אָנגעזאָגט פֿון אָנהײב, אַז מיר זאָלן װיסן,
און פֿון פֿריִער, אַז מיר זאָלן זאָגן: ער איז גערעכט?
קײנער צו מאָל האָט נישט אָנגעזאָגט,
קײנער צו מאָל האָט נישט געלאָזט הערן,
קײנער צו מאָל האָט נישט געהערט אײַערע װערטער.
27 אַן ערשטער קײן צִיוֹן: זע, אָן זײַנען זײ!
און ירושָלַיִם װעל איך געבן אַ מבֿשׂר.
28 אָבער איך קוק, און קײנער איז נישטאָ,
און פֿון די דאָזיקע איז נישטאָ קײן יוֹעץ,
װאָס איך זאָל זײ פֿרעגן,
און זײ זאָלן ענטפֿערן אַ װאָרט.
29 זע, זײ אַלע זײַנען בײזס,
נישטיק זײַנען זײערע װערק,
װינט און װיסטקײט זײערע געצן.