Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 63

1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.

2 אלֹקים, דו ביסט אֵלי,

דיך טו איך זוכן;

נאָך דיר דאָרשט מײַן זעל,

צו דיר געלוסט מײַן לײַב,

אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש,

און אַ פֿאַרשמאַכטער אָן װאַסער.

3 אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר,

אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד.

4 װאָרעם דײַן חֶסֶד איז בעסער פֿון לעבן;

מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן.

5 אַזױ װעל איך דיך בענטשן דורך מײַן לעבן;

אין דײַן נאָמען װעל איך אױפֿהײבן מײַנע הענט.

6 װי מיט פֿעטס און מאַרך איז זאַט מײַן זעל,

און מיט זינגעדיקע ליפּן טוט לױבן מײַן מױל,

7 אַז איך דערמאָן דיך אױף מײַן געלעגער,

אַז איך טראַכט אָן דיר אין די װאַכן פֿון דער נאַכט.

8 װאָרעם ביסט מיר אַ הילף געװען,

און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען טו איך זינגען.

9 מײַן זעל איז באַהעפֿט נאָך דיר;

דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער.

10 און די װאָס זוכן מײַן זעל אױף אומצוברענגען,

װעלן אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער ערד.

11 מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד;

דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן.

12 אָבער דער מלך װעט זיך פֿרײען מיט אלֹקים;

רימען װעט זיך איטלעכער װאָס שװערט בײַ אים;

װאָרעם פֿאַרשטאָפּט װערן װעט דאָס מױל פֿון די ליגנזאָגער.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.