1 פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
ה׳ זאָגט צו מײַן האַר:
זיץ בײַ מײַן רעכטער האַנט,
ביז איך װעל מאַכן דײַנע פֿײַנט
פֿאַר אַ בענקל צו דײַנע פֿיס.
2 דעם צעפּטער פֿון דײַן מאַכט
װעט ה׳ אױסשטרעקן פֿון צִיוֹן;
געװעלטיק צװישן דײַנע פֿײַנט.
3 דײַן פֿאָלק באָט זיך אָן אין טאָג פֿון דײַן מלחמה;
אין הײליקער שײנקײט,
פֿון טראַכט פֿון באַגינען,
קומט דיר דער טױ פֿון דײַן יוגנט.
4 ה׳ האָט געשװאָרן, און װעט נישט חרטה האָבן:
ביסט אַ כּהן אױף אײביק,
אױפֿן שטײגער פֿון מַלכּי-צֶדֶק.
5 אֲדֹנָי בײַ דײַן רעכטער האַנט
צעהאַקט מלכים אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.
6 ער װעט טאָן אַ משפּט צװישן די פֿעלקער;
ער פֿילט אָן מיט טױטע לײַבער;
ער צעהאַקט קעפּ אױף אַ ברײטן לאַנד.
7 פֿון באַך אױפֿן װעג װעט ער טרינקען;
דערום װעט ער אױפֿהײבן דעם קאָפּ.