1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט –
זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל –
2 פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט,
און האָבן מיך נישט בײַגעקומען.
3 אױף מײַן רוקן האָבן אַקערער געאַקערט,
זײ האָבן לאַנג געמאַכט זײערע בײטן.
4 ה׳ דער גערעכטער
האָט דורכגעהאַקט די שטריק פֿון די רשעים.
5 זיך שעמען און אָפּטרעטן אַהינטער
װעלן אַלע שָׂונאים פֿון צִיוֹן.
6 זײ װעלן זײַן װי גראָז פֿון דעכער,
װאָס אײדער עס איז אַרױס, איז עס פֿאַרטריקנט;
7 װאָס דער שניטער פֿילט נישט דערמיט זײַן האַנט,
און דער גאַרבנבינדער זײַן בוזעם;
8 און די פֿאַרבײַגײער זאָגן נישט:
ג-טס ברכה אױף אײַך!
מיר בענטשן אײַך אין נאָמען פֿון ה׳.