1 ה׳ דו אֵל פֿון נקמות,
ה׳ פֿון נקמות, שײַן אַרױס!
2 דערהײב זיך, דו ריכטער פֿון דער ערד,
קער אום פֿאַרגעלטונג צו די שטאָלצע.
3 ביז װאַנען װעלן די רשעים, ה׳,
ביז װאַנען װעלן די רשעים זיך פֿרײען?
4 זײ גאַװערן, זײ רעדן פֿאַרשײַט,
זײ רימען זיך, אַלע טוער פֿון אומרעכט.
5 דײַן פֿאָלק, ה׳, צעדריקן זײ,
און זײ פּײַניקן דײַן אַרב.
6 די אַלמנה און דעם פֿרעמדן הרגען זײ,
און יתומים טײטן זײ.
7 און זײ זאָגן: ה׳ װעט נישט זען,
און דער אלוקי יעקבֿ װעט נישט מערקן.
8 באַטראַכט, איר פֿאַרגרעבטע אין פֿאָלק,
און איר נאַרן, װען װעט איר קלוג װערן?
9 דער װאָס פֿלאַנצט דאָס אױער, צי װעט ער נישט הערן?
דער װאָס פֿורעמט דאָס אױג, צי װעט ער נישט זען?
10 דער װאָס װאָרנט די פֿעלקער, צי װעט ער נישט שטראָפֿן?
ער װאָס לערנט דעם מענטשן װיסן.
11 ה׳ װײס די מחשבֿות פֿון דעם מענטשן,
אַז זײ זײַנען נישטיק.
12 װױל איז דעם מאַן װאָס ה׳ שטראָפֿט,
און פֿון דײַן תּורה טוסטו אים לערנען;
13 כּדי אים צו באַרוען אין טעג פֿון בײז,
ביז אַ גרוב װעט געגראָבן װערן פֿאַרן רשע.
14 װאָרעם ה׳ װעט נישט אַװעקװאַרפֿן זײַן פֿאָלק,
און זײַן אַרב נישט פֿאַרלאָזן.
15 װאָרעם צום גערעכטן װעט זיך אומקערן דאָס רעכט,
און נאָך אים װעלן גײן אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
16 װער װעט אױפֿשטײן פֿאַר מיר אַקעגן די שלעכטסטוער?
װער װעט זיך שטעלן פֿאַר מיר אַקעגן די טוער פֿון אומרעכט?
17 װען נישט ה׳ װאָלט מיר אַ הילף געװען,
װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מײַן זעל.
18 װען איך זאָג: מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס,
לענט מיך אונטער, ה׳, דײַן חֶסֶד.
19 בײַ מײַנע פֿיל זאָרגענישן אין מיר,
קװיקן דײַנע טרײסטונגען מײַן זעל.
20 קען זיך חבֿרן צו דיר דער טראָן פֿון פֿאַרברעכן,
װאָס פֿורעמט אומגליק דורך געזעץ?
21 זײ קלײַבן זיך אױף דעם נפֿש פֿון צדיק,
און אומשולדיק בלוט פֿאַרמשפּטן זײ.
22 אָבער ה׳ איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿעסטונג,
און מײַן ג-ט צום פֿעלדז פֿון מײַן באַשיצונג.
23 און ער האָט אומגעקערט אױף זײ זײער אומרעכט,
און דורך זײער בײז טוט ער זײ פֿאַרשנײַדן;
פֿאַרשנײַדן טוט זײ ה׳ אלוקינו.