Publicidade

Eclesiastes 4

1 און איך האָב װידער געזען אַלע רױבערײַען װאָס װערן אָפּגעטאָן אונטער דער זון. און אָט זײַנען די טרערן פֿון די געדריקטע, און נישטאָ װער זאָל זײ טרײסטן; און אױף דער זײַט פֿון זײערע דריקער איז די מאַכט, און נישטאָ װער זאָל זײ טרײסטן. 2 דערום האַלט איך די טױטע װאָס זײַנען שױן געשטאָרבן פֿאַר גליקלעכער פֿון די לעבעדיקע װאָס לעבן נאָך. 3 און בעסער פֿון זײ בײדן איז דעם װאָס איז נאָך נישט געװען, װאָס האָט נישט געזען די שלעכטע מעשׂים װאָס װערן אָפּגעטאָן אונטער דער זון.

4 און איך האָב געזען יעטװעדער מי, און יעטװעדער בריהשאַפֿט אין אַרבעט, אַז דאָס איז אױס קנאה פֿון אײנעם צום אַנדערן. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

5 דער נאַר פֿאַרלײגט זײַנע הענט, און עסט זײַן אײגן פֿלײש.

6 בעסער אַ האַנטפֿול מנוחה, אײדער פֿולע הױפֿנס מי און װינטיאָגעניש.

7 און איך האָב װידער געזען נישטיקײט אונטער דער זון. 8 פֿאַראַן אײנער, אָן אַ צװײטן צו זיך; צו מאָל אַ זון אָדער אַ ברודער האָט ער נישט, פֿון דעסט װעגן איז נישטאָ קײן ענד צו זײַן מיִעניש, און זײַן אױג קען זיך נישט אָנזעטן מיט עשירות, און פֿאַר װעמען מי איך מיך, און מינער זיך פֿון גוטס? דאָס אױך איז נישטיקײט, און עס איז אַ שלעכטער ענין.

9 בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרעם זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי. 10 װאָרעם אַז זײ פֿאַלן, הײבט אײנער אױף דעם אַנדערן, אָבער װײ צו דעם אײנצלנעם װאָס פֿאַלט, און נישטאָ אַ צװײטער אים אױפֿצוהײבן. 11 דאָס גלײַכן אַז צװײ ליגן בײַנאַנד, איז זײ װאַרעם, אָבער אײנעם װי קען װאַרעם װערן? 12 און אױב עמעצער קען איבערשטאַרקן דעם אײנעם, װעלן אָבער צװײ זיך שטעלן קעגן אים. און אַ דרײַפֿאָלד פֿאָדעם װעט נישט אױף גיך צעריסן װערן.

13 בעסער אַן אָרים ייִנגל און אַ חכם, אײדער אַן אַלטער מלך און אַ נאַר, װאָס װײס נישט מער צו זײַן אָפּגעהיט. 14 װאָרעם פֿון געפֿענקעניש איז יענער אַרױסגעגאַנגען צו װערן אַ מלך, הגם ער איז געבאָרן געװאָרן אָרים, אונטער זײַן מלוכה. 15 איך האָב געזען אַלע לעבעדיקע װאָס גײען אונטער דער זון, האַלטן מיט דעם ייִנגל, דעם צװײטן װאָס שטײט אױף זײַן אָרט; 16 נישט געװען קײן ענד צו אַל דעם פֿאָלק, צו אַלע װאָס ער איז געװען זײער אָנפֿירער; פֿון דעסט װעגן װעלן די שפּעטערדיקע זיך נישט פֿרײען מיט אים. יאָ, דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

17 היט דײַן פֿוס, אַז דו גײסט אין דעם הױז פֿון האלֹקים, װאָרעם געהאָרכן איז אָנגעלײגטער, װי װאָס די נאַרן גיבן אַ שלאַכטאָפּפֿער; הגם זײ װײסן נישט אַז זײ טוען שלעכט.

Veja também

Publicidade
Eclesiastes
Ver todos os capítulos de Eclesiastes
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_10-32-54-