1 לאָז אַװעק דײַן ברױט אױפֿן װאַסער,
װאָרעם אין פֿיל טעג אַרום װעסטו עס געפֿינען.
2 צעטײל אַ חלק אױף זיבן, און אַפֿילו אױף אַכט,
װאָרעם װײסט נישט װאָס פֿאַר אַ בײז עס קען זײַן אױף דער ערד.
3 אַז די װאָלקן װערן פֿול מיט רעגן,
לײדיקן זײ זיך אױס אױף דער ערד;
און סײַ אַ בױם פֿאַלט אין צפֿון און סײַ אין דָרום –
אין אָרט װוּ דער בױם פֿאַלט, דאָרטן װעט ער בלײַבן.
4 דער װאָס פּאַסט-אױף דעם װינט װעט נישט זײען,
און דער װאָס קוקט אױף די װאָלקנס װעט נישט שנײַדן.
5 אַזױ װי דו װײסט נישט װאָס איז דער װעג פֿון דעם װינט, אָדער װי עס װערן בײנער אין לײַב פֿון אַ טראָגעדיקער, אַזױ װײסטו נישט די טוּונג פֿון אלֹקים װאָס טוט אַלצדינג.
6 אין פֿרימאָרגן זײ דײַן זאָמען, און אין אָװנט זאָלסטו נישט אָפּלאָזן דײַן האַנט, װאָרעם דו װײסט נישט װאָסער װעט געראָטן, דאָס אָדער יענס, אָדער בײדע באַגלײַך װעלן זײַן גוט.
7 און זיס איז די ליכטיקײט, און גוט איז פֿאַר די אױגן צו זען די זון.
8 װאָרעם װיפֿל יאָרן דער מענטש זאָל לעבן, זאָל ער אין זײ אַלע זײַן פֿרײלעך; און זאָל ער געדענקען די טעג פֿון פֿינצטערניש, אַז זײ װעלן זײַן פֿיל. אַלץ װאָס געשעט איז נישטיקײט.
9 פֿרײ זיך, בחור, אין דײַן יוגנט, און לאָז װױל גײן דײַן האַרץ אין דײַנע בָחורשע טעג, און גײ אין די װעגן פֿון דײַן האַרצן, און נאָך דער זעונג פֿון דײַנע אױגן; אָבער זײַ װיסן אַז פֿאַר אַלעם דעם װעט אלֹקים דיך ברענגען צום משפּט.
10 און טו אָפּ ערגערניש פֿון דײַן האַרצן, און האַלט אָפּ בײז פֿון דײַן לײַב, װאָרעם ייִנגלשאַפֿט און יוגנט זײַנען אַ הױך.