Publicidade

Eclesiastes 1

1 די װערטער פֿון קהלת דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך אין ירושָלַיִם.

2 נישטיקײט פֿון נישטיקײטן, זאָגט קהלת,

נישטיקײט פֿון נישטיקײטן, אַלץ איז נישטיקײט.

3 װאָס פֿאַר אַ נוץ האָט דער מענטש פֿון זײַן גאַנצער מי

װאָס ער מיט זיך אונטער דער זון?

4 אַ דור פֿאַרגײט, און אַ דור קומט,

און די ערד באַשטײט אײביק.

5 און די זון גײט אױף, און די זון גײט אונטער,

און יאָגט צו איר אָרט װוּ זי גײט אױף.

6 דער װינט גײט קײן דָרום,

און פֿאַרדרײט זיך קײן צפֿון,

רונד אַרום, רונד אַרום גײט ער,

און צו זײַנע געדרײען קערט זיך אום דער װינט.

7 אַלע טײַכן גײען צום ים,

און דער ים װערט נישט פֿול;

צו דעם אָרט װוּהין די טײַכן גײען,

אַהין גײען זײ װידער.

8 אַלע זאַכן װערן מיד,

קײן מענטש קען עס נישט אַרױסרעדן;

דאָס אױג קען זיך נישט אָנקוקן זאַט,

און דאָס אױער קען זיך נישט אָנהערן פֿול.

9 װאָס איז געװען דאָס װעט זײַן,

און װאָס איז געשען דאָס װעט געשען,

און נישטאָ קײן נײַס אונטער דער זון.

10 פֿאַראַן אַ זאַך װאָס מע זאָגט דערױף:

זע, דאָס איז אַ נײַס;

איז עס שױן געװען אין אַלטע צײַטן

װאָס זײַנען געװען פֿאַר אונדז.

11 נישטאָ קײן זָכר פֿון די פֿריִערדיקע,

און פֿון די שפּעטערדיקע װאָס װעלן ערשט זײַן,

אױך פֿון זײ װעט קײן זָכר נישט זײַן,

צװישן די װאָס װעלן זײַן נאָך שפּעטער.

12 איך קהלת בין געװען אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל אין ירושָלַיִם. 13 און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו זוכן און צו פֿאָרשן מיט חכמה װעגן אַלץ װאָס געשעט אונטער די הימלען. דאָס איז אַ שלעכטער ענין װאָס אלֹקים האָט געגעבן די מענטשנקינדער, זיך צו פֿאַרנעמען דערמיט. 14 איך האָב געזען אַלע טוענישן װאָס װערן געטאָן אונטער דער זון, ערשט אַלץ איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש;

15 אַ קרומקײט װאָס מע קען נישט אױסגלײַכן,

און אַ פֿעלער װאָס קען נישט גוט געמאַכט װערן.

16 איך האָב געטענהט מיט מײַן האַרצן אַזױ צו זאָגן: אָט האָב איך געהאַט חכמה גרעסער און מער אײדער אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושָלַיִם, און מײַן האַרץ האָט געזען פֿיל חכמה און קענטשאַפֿט. 17 און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו פֿאַרשטײן חכמה, אױך פֿאַרשטײן משוגעת און נאַרישקײט – בין איך געװאָר געװאָרן אַז דאָס אױך איז װינטיאָגעניש.

18 װאָרעם אין פֿיל חכמה איז פֿיל פֿאַרדראָס,

און מערט מען קענטשאַפֿט, מערט מען װײטאָג.

Veja também

Publicidade
Eclesiastes
Ver todos os capítulos de Eclesiastes
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-