1 װאָרעם דאָס אַלץ האָב איך מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן, כּדי קלאָר צו מאַכן דאָס אַלץ: אַז די צדיקים און די חכמים מיט זײערע מעשׂים זײַנען אין דער האַנט פֿון אלֹקים; סײַ ליבשאַפֿט, סײַ שׂינאה – דער מענטש װײס נישט; אַלץ ליגט זײ פֿאַרױס. 2 אַלצדינג װי פֿאַר אַלעמען; אײן טראַף פֿאַר דעם צדיק און פֿאַר דעם רשע, פֿאַר דעם גוטן און דעם רײנעם, און פֿאַר דעם אומרײנעם, און פֿאַר דעם װאָס שלאַכט אַ קָרבָּן, און פֿאַר דעם װאָס שלאַכט נישט; אַזױ דער גוטער אַזױ דער זינדיקער, דער װאָס שװערט װי דער װאָס שײַט זיך פֿון אַ שבֿועה. 3 דאָס איז דאָס בײז אין אַלץ װאָס געשעט אונטער דער זון, װאָס אײן טראַף איז פֿאַר אַלעמען, און אױך איז דאָס האַרץ פֿון די מענטשנקינדער פֿול מיט בײז, און משוגעת איז אין זײער האַרצן בײַ זײער לעבן, און דערנאָך גײען זײ צו די טױטע. 4 װאָרעם בײַ דעם װאָס איז נאָך באַהעפֿט צו אַלע לעבעדיקע איז דאָ אַ האָפֿענונג, װײַל אַ לעבעדיקן הונט איז בעסער װי אַ טױטן לײב. 5 װאָרעם די לעבעדיקע װײסן אַז זײ װעלן שטאַרבן, אָבער די טױטע װײסן גאָרנישט, און זײ האָבן נישט מער קײן לױן; װאָרעם זײער זָכר איז פֿאַרגעסן. 6 אי זײער ליבשאַפֿט אי זײער שׂינאה אי זײער קנאה איז לאַנג אונטערגעגאַנגען, און זײ האָבן קײן מאָל מער נישט קײן חלק אין אַלץ װאָס װערט געטאָן אונטער דער זון.
7 גײ עס מיט שׂימחה דײַן ברױט, און טרינק מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן דײַן װײַן, װאָרעם אלֹקים האָט שױן באַװיליקט דײַנע מעשׂים.
8 צו יעטװעדער צײַט זאָלן דײַנע בגדים זײַן װײַס, און אײל זאָל נישט פֿעלן אױף דײַן קאָפּ.
9 געניס דאָס לעבן מיט דער װײַב װאָס דו האָסט ליב, אַלע טעג פֿון דײַן נישטיקן לעבן װאָס מע האָט דיר געשאָנקען אונטער דער זון, אַלע דײַנע נישטיקע טעג; װאָרעם דאָס איז דײַן חלק אין לעבן, און אין דײַן מי װאָס דו מיהסט זיך אונטער דער זון. 10 אַלץ װאָס דײַן האַנט פֿאַרמאָגט צו טאָן מיט דײַן כּוֹח, טו, װאָרעם נישטאָ קײן טאָן, אָדער אױסרעכענונג, אָדער קענשאַפֿט, אָדער חכמה, אין דער שְׁאֹול װאָס דו גײסט אַהין.
11 איך האָב װידער געזען אונטער דער זון, אַז נישט די פֿלינקע געװינען דעם געװעטלױף, און נישט די גיבוֹרים די מלחמה, און אױך נישט די חכמים ברױט, און אױך נישט די פֿאַרשטאַנדיקע עשירות, און אױך נישט די װױלקענעװדיקע חן; נאָר צײַט און צופֿאַל טרעפֿט זײ אַלעמען. 12 װאָרעם דער מענטש װײס צו מאָל נישט זײַן צײַט; אַזױ װי פֿיש װאָס װערן געכאַפּט אין אַ בײזער נעץ, און אַזױ װי פֿױגלען װאָס װערן געכאַפּט אין אַ פּאַסטקע, אַזױ װי זײ, װערן די מענטשנקינדער געפֿאַנגען אין אַ בײזער צײַט, װען זי פֿאַלט אױף זײ פּלוצלינג.
13 אָבער דאָס האָב איך געזען פֿאַר חכמה אונטער דער זון, און דאָס איז גרױס בײַ מיר: 14 געװען אַ קלײנע שטאָט מיט װינציק מענטשן אין איר; איז אױף איר געקומען אַ גרױסער מלך, און האָט זי אַרומגערינגלט, און געבױט אַרום איר גרױסע באַלעגערװערק.
15 האָט מען געפֿונען אין איר אַן אָרעמאַן אַ חכם, און ער האָט געראַטעװעט די שטאָט מיט זײַן חכמה; הגם קײן מענטש האָט נישט געדאַכט אָן דעם דאָזיקן אָרעמאַן. 16 האָב איך געזאָגט: בעסער חכמה אײדער גבֿורה; הגם די חכמה פֿון אָרעמאַן װערט פֿאַראַכט, און זײַנע װערטער װערן נישט געהערט.
17 די װערטער פֿון די קלוגע מיט געלאַסנקײט װערן מער צוגעהערט װי דער אָנגעשרײ פֿון אַ געװעלטיקער צװישן נאַרן. 18 בעסער חכמה אײדער כּלי-מלחמה; און אײן זינדיקער פֿירט איבער אַ סך גוטס.