1 און אַז מע האָט דאָס געענדיקט, האָבן גענענט צו מיר די האַרן, אַזױ צו זאָגן: דאָס פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און די כּהנים און די לוִיִים, האָבן זיך נישט געהאַלטן אָפּגעשײדט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער, לױט זײערע אומװערדיקײטן – פֿון דעם כּנַעֲני, דעם חִתּי, דעם פּרִזי, דעם יבֿוסי, דעם עַמוֹני, דעם מוֹאָבֿי, דעם מִצרי, און דעם אֶמוֹרי. 2 װאָרעם זײ האָבן גענומען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר זיך און פֿאַר זײערע זין, און דער הײליקער זאָמען האָט זיך פֿאַרמישט מיט די פֿעלקער פֿון די לענדער, און די האַנט פֿון די האַרן און די פֿאָרשטײער איז געװען די ערשטע אין דער דאָזיקער פֿעלשונג. 3 און װי איך האָב געהערט די דאָזיקע זאַך, האָב איך צעריסן מײַן בגד און מײַן מאַנטל, און איך האָב זיך געפֿליקט די האָר פֿון קאָפּ און פֿון באָרד, און איך בין געזעסן אַ באַנומענער. 4 האָבן זיך אַלע אײַנגעזאַמלט צו מיר אַלע װאָס האָבן געציטערט איבער די װערטער פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל, פֿון װעגן דער פֿעלשונג פֿון די גלות-לײַט; און איך בין געזעסן אַ באַנומענער ביז דעם אָװנט-קָרבָּן.
5 און בײַם אָװנט-קָרבָּן בין איך אױפֿגעשטאַנען פֿון מײַן תָּענית, מיט מײַן בגד און מײַן מאַנטל צעריסן, און איך בין געפֿאַלן אױף מײַנע קני, און האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו ה׳ מײַן ג-ט. 6 און איך האָב געזאָגט: מײַן ג-ט, איך בין אין בושה און שעם זיך אױפֿצוהײבן מײַן פּנים צו דיר, מײַן ג-ט, װאָרעם אונדזערע זינד זײַנען געמערט איבערן קאָפּ, און אונדזער שולד איז גרױס ביז צום הימל. 7 פֿון די טעג פֿון אונדזערע עלטערן אָן זײַנען מיר אין גרױס שולד ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און פֿאַר אונדזערע זינד זײַנען מיר, אונדזערע מלכים, אונדזערע כּהנים, איבערגעגעבן געװאָרן אין דער האַנט פֿון די מלכים פֿון די לענדער צום שװערד, צו געפֿאַנגענשאַפֿט, און צו רױב, און צו שאַנד פֿון פּנים, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 8 און אַצונד, אױף אַ קלײנער רגע איז אונדז געשען אַ גענאָד פֿון ה׳ אלוקינו, אונדז איבערצולאָזן אַן אַנטרינונג, און אונדז צו געבן אַן אָנהאַלט אין זײַן הײליקן אָרט, כּדי אלוקינו זאָל דערלײַכטן אונדזערע אױגן, און אונדז לאָזן אַ ביסל אָפּלעבן אין אונדזער קנעכטשאַפֿט. 9 װאָרעם קנעכט זײַנען מיר, אָבער אין אונדזער קנעכטשאַפֿט האָט אונדז אלוקינו נישט פֿאַרלאָזן, און ער האָט אונדז צוגענײגט גענאָד פֿאַר די מלכים פֿון פָּרַס, אונדז צו לאָזן אָפּלעבן, אױפֿצוריכטן דאָס הױז פֿון אלוקינו, און אױפֿצושטעלן זײַנע חורבֿות, און אונדז צו געבן אַן אַרומצאַם אין יהוּדה און אין ירושָלַיִם. 10 און אַצונד, אלוקינו, װאָס זאָלן מיר זאָגן נאָך דעם? אַז מיר האָבן פֿאַרלאָזן דײַנע געבאָט 11 װאָס דו האָסט געבאָטן דורך דײַנע קנעכט די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד װאָס איר קומט עס צו אַרבן, איז אַן אומרײן לאַנד, דורך דער אומרײנקײט פֿון די פֿעלקער פֿון די לענדער, דורך זײערע אומװערדיקײטן מיט װאָס זײ האָבן עס אָנגעפֿילט פֿון עק צו עק אין זײער טומאה. 12 דערום זאָלט איר אַצונד נישט געבן אײַערע טעכטער צו זײערע זין, און זײערע טעכטער זאָלט איר נישט נעמען פֿאַר אײַערע זין, און איר זאָלט אױף אײביק נישט זוכן זײער פֿריד און זײער װױלזײַן, כּדי איר זאָלט שטאַרק זײַן, און עסן דאָס גוטס פֿון דעם לאַנד און עס לאָזן בירושה צו אײַערע קינדער אױף אײביק. 13 און נאָך אַלץ װאָס איז געקומען אױף אונדז פֿאַר אונדזערע שלעכטע מעשׂים און פֿאַר אונדזער גרױסער שולד, אַז דו אלוקינו האָסט אונדז געשױנט מער װי נאָך אונדזערע זינד, און אונדז געגעבן אַזאַ אַנטרינונג, 14 זאָלן מיר װידער פֿאַרשטערן דײַנע געבאָט, און זיך מתחתּן זײַן מיט די פֿעלקער פֿון די דאָזיקע אומװערדיקײטן? װעסטו נישט צערענען אױף אונדז ביז צום פֿאַרלענדן, אַז קײן איבערבלײַב און קײן אַנטרינונג זאָל נישט זײַן? 15 ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל, דו ביסט אַ גערעכטער; װאָרעם מיר זײַנען אַן אַנטרונענער איבערבלײַב אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. אָט זײַנען מיר פֿאַר דיר אין אונדזער שולד; װאָרעם מע קען נישט באַשטײן פֿאַר דיר װעגן דעם.