1 און אַז דער זיבעטער חודש איז געקומען, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין די שטעט, האָט זיך דאָס פֿאָלק אײַנגעזאַמלט װי אײן מאַן קײן ירושָלַיִם. 2 און יֵשועַ דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און זײַנע ברידער די כּהנים, און זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און זײַנע ברידער, זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײ האָבן אױפֿגעבױט דעם מזבח פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל, כּדי אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט. 3 און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט דעם מזבח אױף זײַנע געשטעלן; װאָרעם אױף זײ איז געװען די אימה פֿאַר די פֿעלקער פֿון די לענדער. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, בראַנדאָפּפֿער אין דער פֿרי און אין אָװנט. 4 און זײ האָבן געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת, אַזױ װי עס שטײט געשריבן, און די טאָגטעגלעכע בראַנדאָפּפֿער לױט דער צאָל, װי דער דין איז פֿאַר איטלעכן טאָג: 5 און דערנאָך דאָס שטענדיקע בראַנדאָפּפֿער, און פֿון ראָש-חודש, און פֿון אַלע געהײליקטע יוֹם-טובֿים פֿון ה׳, און פֿון איטלעכן װאָס האָט מנדבֿ געװען אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה צו ה׳. 6 פֿון ערשטן טאָג אין זיבעטן חודש האָבן זײ אָנגעהױבן אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, הגם דער גרונטפֿעסט פֿון דעם הֵיכל פֿון ה׳ איז נאָך נישט געװען געלײגט.
7 און זײ האָבן געגעבן געלט צו די שטײנהעקער, און צו די האָלצמײנסטער, און שפּײַז און געטראַנק, און אײל, צו די צידוֹנים, און צו די צוֹרים, אַז זײ זאָלן ברענגען צעדערהאָלץ פֿון לבֿנוֹן ביז דעם ים פֿון יָפֿוֹא, לױט דער דערלױבעניש פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס צו זײ. 8 און אין צװײטן יאָר נאָך זײער קומען צום הױז פֿון האלֹקים קײן ירושָלַיִם, אין צװײטן חודש, האָבן גענומען זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַ דער זון פֿון יוֹצָדָקן, און זײערע איבעריקע ברידער די כּהנים און די לוִיִים, און אַלע װאָס זײַנען געקומען פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט קײן ירושָלַיִם, און זײ האָבן געשטעלט די לוִיִים פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אָנצופֿירן די אַרבעט פֿון ה׳ס הױז. 9 און יֵשועַ, זײַנע זין, און זײַנע ברידער, און קַדמיאֵל מיט זײַנע זין, די קינדער פֿון יהוּדה, זײַנען געשטאַנען אין אײנעם אױפֿצופּאַסן איבער די בַעַל-מלאָכות אין הױז פֿון האלֹקים; די קינדער פֿון חֵנָדָד, זײערע זין, און זײערע ברידער, די לוִיִים.
10 און אַז די בױמײנסטער האָבן געלײגט דעם גרונטפֿעסט פֿון ה׳ס הֵיכל, האָט מען געשטעלט די כּהנים, אָנגעקלײדטע, מיט טרומײטן, און די לוִיִים, די קינדער פֿון אָסָף, מיט צימבלען, צו לױבן ג-ט לױט דעם אײַנשטעל פֿון דָוִד דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 11 און זײ האָבן געזונגען לױב און דאַנק צו ה׳: װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אײביק איז זײַן חֶסֶד אױף יִשׂרָאֵל. 12 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג אין לױב צו ג-ט פֿאַר װאָס דער גרונטפֿעסט פֿון ה׳ס הױז איז געלײגט געװאָרן. און פֿיל פֿון די כּהנים און די לוִיִים און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער, די זקנים װאָס האָבן געזען דאָס ערשטע הױז, האָבן געװײנט אױף אַ הױכן קֹול װען מע האָט געלײגט דעם גרונטפֿעסט פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿאַר זײערע אױגן; און פֿיל האָבן געשאַלט פֿאַר שׂימחה אױף אַ הױכן קֹול. 13 און דאָס פֿאָלק האָט נישט געקענט דערקענען צװישן דעם קֹול פֿון שאַלונג פֿאַר שׂימחה, און דעם קֹול פֿון דעם פֿאָלקס געװײן; װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, און דער קֹול האָט זיך געהערט ביז אין דער װײַטן.