1 און אין ערשטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס, אַז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן דאָס װאָרט פֿון ה׳ דורך יִרמיָהס מױל, האָט ג-ט דערװעקט דעם גײַסט פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס, און ער האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און אױך דורך אַ געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט געזאָגט כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָּרַס: אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד האָט מיר געגעבן ה׳ אלוקי די הימלען; און ער האָט מיר באַפֿױלן אים צו בױען אַ הױז אין ירושָלַיִם װאָס אין יהוּדה. 3 װער עס איז דאָ צװישן אײַך פֿון זײַן גאַנצן פֿאָלק, זאָל זײַן ג-ט זײַן מיט אים, און זאָל ער אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם װאָס אין יהוּדה, און בױען דאָס הױז פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, דאָס איז דער ג-ט װאָס אין ירושָלַיִם. 4 און איטלעכער װאָס איז געבליבן, פֿון איטלעכן אָרט װאָס ער װױנט דאָרטן, זאָלן די מענטשן פֿון זײַן אָרט אים העלפֿן מיט זילבער און מיט גאָלד, און מיט גוטס, און מיט בהמות, אין אײנעם מיט אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה פֿאַר דעם הױז פֿון האלֹקים װאָס אין ירושָלַיִם.
5 זײַנען אױפֿגעשטאַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יהוּדה און בנימין, און די כּהנים און די לוִיִים, איטלעכער װאָס אלֹקים האָט דערװעקט זײַן גײַסט אַרױפֿצוגײן בױען דאָס הױז פֿון ה׳ װאָס אין ירושָלַיִם. 6 און אַלע זײערע אַרומיקע האָבן געשטאַרקט זײערע הענט מיט זילבערנע כּלים, מיט גאָלד, מיט גוטס, און מיט בהמות, און מיט טײַערע זאַכן, אַחוץ אַלע זײער פֿרײַװיליקע נדבֿות. 7 און דער מלך כּוֹרֶש האָט אַרױסגענומען די כּלים פֿון ה׳ס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַרױסגעפֿירט פֿון ירושָלַיִם, און זײ אַרײַנגעשטעלט אין הױז פֿון זײַנע ג‑טער; 8 זײ האָט אַרױסגענומען כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָּרַס דורך דער האַנט פֿון מִתרְדָת דעם שאַצמײַנסטער, און ער האָט זײ אױסגעצײלט צו שֵשבצַר דעם פֿירשט פֿון יהוּדה. 9 און דאָס איז געװען זײער צאָל: גילדערנע בעקנס דרײַסיק, זילבערנע בעקנס טױזנט, חַלָפֿים נײַן און צװאַנציק; 10 גילדערנע בעכערס דרײַסיק, זילבערנע בעכערס פֿון צװײטן מין פֿיר הונדערט און צען; אַנדערע כּלים טױזנט. 11 אַלע כּלים פֿון גאָלד און פֿון זילבער זײַנען געװען פֿינף טױזנט און פֿיר הונדערט. אַלע האָט שֵשבצַר אַרױפֿגעבראַכט, װען די פֿאַרטריבענע זײַנען אַרױפֿגעבראַכט געװאָרן פֿון בָבֿל קײן ירושָלַיִם.