Publicidade

Esdras 4

1 און די פֿײַנט פֿון יהוּדה און בנימין האָבן געהערט אַז די קינדער פֿון גלות בױען אַ הֵיכל צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 2 און זײ האָבן גענענט צו זרובבֿלן, און צו די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער, און האָבן צו זײ געזאָגט: לאָמיר בױען מיט אײַך, װאָרעם מיר זוכן אלוקיכם אַזױ װי איר, און צו אים שלאַכטן מיר פֿון די טעג פֿון אֵסַר-חַדוֹן דעם מלך פֿון אשור, װאָס האָט אונדז אַרױפֿגעבראַכט אַהער. 3 האָט צו זײ געזאָגט זרובבֿל, און יֵשועַ, און די איבעריקע הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יִשׂרָאֵל: איר קערט זיך מיט אונדז נישט אָן, צו בױען אַ הױז צו אלוקינו; נײַערט מיר אַלײן װעלן בױען צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ װי כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָּרַס האָט אונדז געהײסן.

4 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט אָפּגעשלאַפֿט די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון יהוּדה, און זײ אָפּגעשראָקן פֿון בױען. 5 און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ יוֹעצים, צו פֿאַרשטערן זײער כַּװָנה, אַלע טעג פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס, און ביז דער מלוכה פֿון דָריָוֶש דעם מלך פֿון פָּרַס. 6 און אין דער מלוכה פֿון אַחַשוֵרוֹשן, אין אָנהײב פֿון זײַן מלוכה, האָבן זײ געשריבן אַן אָנקלאָג אױף די באַװױנער פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם.

7 און אין די טעג פֿון אַרתַּחשַסתּאָ, האָט בשלָם, מִתרְדָת, טָבֿאֵל, און זײַנע איבעריקע חבֿרים, געשריבן צו אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך פֿון פָּרַס; און דאָס געשריפֿטס פֿון דעם בריװ איז געװען אין אַראַמישן כּתבֿ און אַראַמישן לשון. 8 רחום דער באַפֿעלגעבער און שִמשַי דער שרײַבער האָבן געשריבן אַ בריװ אױף ירושָלַיִם צו אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך אַזױ – 9 דענצמאָל רחום דער באַפֿעלגעבער, און שִמשַי דער שרײַבער, און זײערע איבעריקע חבֿרים, דינאָער, און אַפֿרסַתכאָער, טַרפּלאָער, אַפֿרסאָער, אַרכּװאער, בבֿלער, שושַנכאָער, דֵהיֵאָער, עֵילָמער, 10 און די איבעריקע אומות װאָס דער גרױסער און גערימטער אָסנַפּר האָט אַריבערגעבראַכט, און זײ באַזעצט אין דער שטאָט שוֹמרוֹן, און די איבעריקע פֿון יענער זײַט טײַך: און אַצונד – 11 דאָס איז דער נוסח פֿון דעם בריװ װאָס זײ האָבן געשיקט צו אים: – צו אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך, דײַנע קנעכט די מענטשן פֿון יענער זײַט טײַך: און אַצונד 12 זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז די ייִדן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דיר, זײַנען געקומען צו אונדז קײן ירושָלַיִם; זײ בױען די װידערשפּעניקע און בײזע שטאָט, און זײ פֿאַרענדיקן מױערן, און גראָבן גרונטפֿעסטן. 13 אַצונד זאָל דעם מלך באַװוּסט זײַן, אַז אױב די דאָזיקע שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן, און די מױערן װעלן פֿאַרענדיקט װערן, װעלן זײ קײן אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט נישט צאָלן, און דאָס װעט ברענגען היזק דער קיניגלעכער הכנָסה. 14 אַצונד, אַזױ װי מיר עסן דאָס זאַלץ פֿון דעם פּאַלאַץ, און עס איז נישט רעכט פֿאַר אונדז צוצוזען דעם אומכּבֿוד פֿון מלך, דערפֿאַר שיקן מיר און זײַנען מוֹדיע דעם מלך, 15 כּדי מע זאָל נאָכזוכן אין דעם סֵפֿר-הזכרוֹנות פֿון דײַנע עלטערן; און װעסט געפֿינען אין דעם סֵפֿר-הזכרוֹנות, און װיסן, אַז די דאָזיקע שטאָט איז אַ װידערשפּעניקע שטאָט, און ברענגט היזק די מלכים און די מדינות, און מע האָט געמאַכט בונטן אין איר פֿון אײביקע טעג אָן; איבער דעם איז די דאָזיקע שטאָט חרובֿ געװאָרן. 16 מיר זײַנען מוֹדיע דעם מלך, אַז אױב די דאָזיקע שטאָט װעט אױפֿגעבױט װערן, און די מױערן װעלן פֿאַרענדיקט װערן, װעסטו דורך דעם מער נישט האָבן קײן חלק אױף יענער זײַט טײַך.

17 האָט דער מלך געשיקט אַן ענטפֿער צו רחום דעם באַפֿעלגעבער, און שִמשַי דעם שרײַבער, און זײערע איבעריקע חבֿרים װאָס זײַנען געזעסן אין שוֹמרוֹן, און די איבעריקע פֿון יענער זײַט טײַך: פֿריד! און אַצונד, 18 דער בריװ װאָס איר האָט אונדז געשיקט, איז באַשײדלעך געלײענט געװאָרן פֿאַר מיר. 19 און פֿון מיר איז געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל, און מע האָט נאָכגעזוכט און געפֿונען, אַז די דאָזיקע שטאָט האָט פֿון אײביקע טעג זיך דערהױבן אַקעגן מלכים, און אַז אין איר זײַנען געמאַכט געװאָרן װידערשפּעניקונגען און בונטן; 20 און איבער ירושָלַיִם זײַנען געװען מאַכטיקע מלכים, און זי האָבן געװעלטיקט איבער גאַנץ יענער זײַט טײַך; און אָפּצאָל, מֶכֶס, און װעגגעלט איז זײ געצאָלט געװאָרן. 21 אַצונד גיט אַ באַפֿעל צו װערן די דאָזיקע לײַט, און די דאָזיקע שטאָט זאָל נישט געבױט װערן ביז פֿון מיר װעט געגעבן װערן אַ באַפֿעל. 22 און זײַט אָפּגעהיט נישט צו מאַכן קײן טָעות װעגן דעם, כּדי דער הֶזק זאָל נישט װאַקסן צום שאָדן פֿון די מלכים.

23 דענצמאָל װי דער אינהאַלט פֿון דעם מלך אַרתַּחשַסתּאָס בריװ איז פֿאָרגעלײענט געװאָרן פֿאַר רחומען, און שִמשַי דעם שרײַבער, און זײערע חבֿרים, אַזױ זײַנען זײ אַװעק אױף גיך קײן ירושָלַיִם צו די ייִדן, און האָבן זײ געװערט מיט מאַכט און געװאַלט. 24 דענצמאָל האָט אױפֿגעהערט די אַרבעט פֿון ה׳ס הױז װאָס אין ירושָלַיִם, און זי איז געװען אָפּגעשטעלט ביז דעם צװײטן יאָר פֿון דער מלוכה פֿון דָריָוֶש דעם מלך פֿון פָּרַס.

Veja também

Publicidade
Esdras
Ver todos os capítulos de Esdras
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-