1 און װי עֶזְרָא האָט מתפּלל געװען און װי ער האָט זיך מתװדה געװען, װײנענדיק און זיך װאַרפֿנדיק פֿאַר דעם הױז פֿון האלֹקים, האָט זיך אָנגעזאַמלט צו אים פֿון יִשׂרָאֵל זײער אַ גרױס געזעמל, מענער און װײַבער און קינדער; װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט געװײנט אַ גרױס געװײן. 2 און שכַניָה דער זון פֿון יחיאֵלן, פֿון די קינדער פֿון עֵילָם, האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו עֶזְרָאן: מיר האָבן געפֿעלשט אָן אלוקינו, און האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, אָבער אַצונד איז דאָ אַ האָפֿענונג פֿאַר יִשׂרָאֵל װעגן דעם. 3 און לאָמיר אַצונד שליסן אַ ברית מיט אלוקינו, אַװעקצושיקן די אַלע װײַבער, און די װאָס זײַנען געבאָרן פֿון זײ, לױט דער עצה פֿון אֲדֹנָי, און די װאָס ציטערן איבער דעם געבאָט פֿון אלוקינו, און זאָל געטאָן װערן לױט דער תּורה. 4 שטײ אױף, װאָרעם אױף דיר ליגט די זאַך, און מיר זײַנען מיט דיר; זײַ שטאַרק און טו.
5 איז עֶזְרָא אױפֿגעשטאַנען און האָט באַשװאָרן די האַרן פֿון די כּהנים, די לוִיִים, און גאַנץ יִשׂרָאֵל, צו טאָן אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט; און זײ האָבן געשװאָרן. 6 און עֶזְרָא איז אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַר דעם הױז פֿון האלֹקים, און ער איז אַװעק אין דער קאַמער פֿון יהוֹחָנָן דעם זון פֿון אֶליָשיבֿן; און אַז ער איז געקומען אַהין, האָט ער נישט געגעסן קײן ברױט, און נישט געטרונקען קײן װאַסער, װאָרעם ער האָט געטרױערט אױף דער פֿעלשונג פֿון די גלות-לײַט.
7 און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין יהוּדה און ירושָלַיִם צו אַלע קינדער פֿון גלות, זיך אײַנצוזאַמלען קײן ירושָלַיִם; 8 און איטלעכער װאָס װעט נישט קומען אין דרײַ טעג, לױט דער עצה פֿון די האַרן און די עלטסטע, זאָל זײַן גאַנצער פֿאַרמעג זײַן חרם, און ער זאָל אָפּגעשײדט װערן פֿון דער עדה פֿון גלות.
9 האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון יהוּדה און בנימין קײן ירושָלַיִם צום דריטן טאָג; דאָס איז געװען אין נײַנטן חודש, אין צװאַנציקסטן טאָג אין חודש. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געזעסן אױפֿן ברײטן פּלאַץ פֿון דעם הױז פֿון האלֹקים, ציטערנדיק איבער דער זאַך, און איבער די רעגנס. 10 און עֶזְרָא דער כּהן איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט געפֿעלשט און האָט גענומען פֿרעמדע װײַבער נאָך צוצולײגן צו דער שולד פֿון יִשׂרָאֵל. 11 און אַצונד גיט אַ װידױ צו ה׳ דעם ג-ט פֿון אײַערע עלטערן, און טוט זײַן רצון, און שײדט אײַך אָפּ פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, און פֿון די פֿרעמדע װײַבער. 12 האָט זיך אָפּגערופֿן די גאַנצע אײַנזאַמלונג און האָט געזאָגט אױף אַ הױכן קֹול: יאָ, אַזױ װי דײַן װאָרט איז פֿאַר אונדז צו טאָן. 13 אָבער דאָס פֿאָלק איז גרױס, און עס איז די צײַט פֿון רעגנס, און נישטאָ קײן כּוֹח צו שטײן דרױסן, און די אַרבעט איז נישט אױף אײן טאָג, און נישט אױף צװײ; װאָרעם מיר האָבן פֿיל פֿאַרבראָכן אין דער דאָזיקער זאַך. 14 זאָלן אונדזערע האַרן זיך אָפּשטעלן פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג, און אַלע װאָס אין אונדזערע שטעט װאָס האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער, זאָלן קומען אין געשטעלטע צײַטן, און מיט זײ די עלטסטע פֿון איטלעכער שטאָט און אירע ריכטער, ביז מע װעט אָפּקערן פֿון אונדז דעם גרימצאָרן פֿון ה׳ אלוקינו װעגן דער דאָזיקער זאַך. 15 נאָר יוֹנָתָן דער זון פֿון עַשָׂהאֵלן, און יַחזְיָה דער זון פֿון תִּקוָהן, האָבן זיך געשטעלט אַקעגן דעם, און משולָם, און שַבתַי דער לֵוִי, האָבן זײ צוגעהאָלפֿן. 16 און די קינדער פֿון גלות האָבן אַזױ געטאָן; און עֶזְרָא דער כּהן, און עטלעכע הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און אַלע מיט נעמען, זײַנען אָפּגעזונדערט געװאָרן, און זײ האָבן זיך געזעצט אין ערשטן טאָג פֿון צענטן חודש אױסצופֿאָרשן די זאַך. 17 און זײ זײַנען פֿאַרטיק געװאָרן מיט אַלע מענער װאָס האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער, ביז דעם ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש.
18 און עס זײַנען געפֿונען געװאָרן צװישן די קינדער פֿון די כּהנים אַזעלכע װאָס האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער. פֿון די קינדער פֿון יֵשועַ דעם זון פֿון יוֹצָדָקן און זײַנע ברידער: מַעֲשֵׂיָה, און אֶליעֶזֶר, און יָריבֿ, און גדַליָה. 19 און זײ האָבן געגעבן זײער האַנט אַװעקצושיקן זײערע װײַבער, און, װי שולדיקע, אַ װידער פֿון שאָף פֿאַר זײער שולד. 20 און פֿון די קינדער פֿון אִמֵר: חַנָני, און זבֿדיָה. 21 און פֿון די קינדער פֿון חָרִם: מַעֲשֵׂיָה, און אֵלִיָה, און שמַעיָה, און יחיאֵל, און עוּזִיָה. 22 און פֿון די קינדער פֿון פַּשחור: אֶליוֹעֵינַי, מַעֲשֵׂיָה, יִשמָעֵאל, נתַנאֵל, יוֹזָבָֿד, און אֶלעָשָׂה.
23 און פֿון די לוִיִים: יוֹזָבָֿד, און שִמְעִי, און קֵליָה – דאָס איז קליטאָ – פּתַחיָה, יהוּדה, און אֶליעֶזֶר.
24 און פֿון די זינגערס: אֶליָשיבֿ. און פֿון די טױערלײַט: שַלום, און טֶלֶם, און אורי.
25 און פֿון יִשׂרָאֵל: פֿון די קינדער פֿון פּרעוֹש: רַמיָה, און יִזִיָה, און מַלכִּיָה, און מִיָמִן, און אֶלעָזָר, און מַלכִּיָה, און בנָיָה. 26 און פֿון די קינדער פֿון עֵילָם: מַתַּניָה, זכַריָה, און יחיאֵל, און עַבֿדי, און אירֵמוֹת, און אֵלִיָה. 27 און פֿון די קינדער פֿון זַתּוא: אֶליוֹעֵינַי, אֶליָשיבֿ, מַתַּניָה, און אירֵמוֹת, און זָבֿד, און עַזיזאָ. 28 און פֿון די קינדער פֿון בֵבֿי: יהוֹחָנָן, חַנַניָה, זַבי, עַתלַי. 29 און פֿון די קינדער פֿון בָני: משולָם, מַלוך, און עַדָיָה, יָשובֿ, און שְאָל, און ירֵמוֹת. 30 און פֿון די קינדער פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿ: עַדנאָ, און כּלָל, בנָיָה, מַעֲשֵׂיָה, מַתַּניָה, בצַלאֵל, און בנױ, און מנַשֶה. 31 און די קינדער פֿון חָרִם: אֶליעֶזֶר, יִשִיָה, מַלכִּיָה, שמַעיָה, שמעון; 32 בנימין, מַלוך, שמַריָה. 33 פֿון די קינדער פֿון חָשום: מַתּנַי, מַתַּתָּה, זָבֿד, אֶליפֶֿלֶט, ירֵמַי, מנַשֶה, שִמְעִי. 34 פֿון די קינדער פֿון בָני: מַעֲדַי, עַמרָם, און אואֵל; 35 בנָיָה, בדיָה, כּלוהי; 36 װאַניָה, מרֵמוֹת, אֶליָשיבֿ; 37 מַתַּניָה, מַתּנַי, און יַעֲשָׂי; 38 און בָני, און בנױ, שִמְעִי, 39 און שֶלֶמיָה, און נָתָן, און עַדָיָה; 40 מַכנַדבֿי, שָשַי, שָרַי; 41 עַזַראֵל, און שֶלֶמיָהו, שמַריָה, 42 שַלום, אַמַריָה, יוֹסף. 43 פֿון די קינדער פֿון נבֿוֹ: יעִיאֵל, מַתִּתיָה, זָבֿד, זבֿינאָ, יַדַי, און יוֹאֵל, בנָיָה.
44 די אַלע האָבן גענומען פֿרעמדע װײַבער, און טײל פֿון זײ װײַבער מיט װעמען זײ האָבן געהאַט קינדער.