1 מײַן זון, אױב דו ביסט עָרבֿ געװען פֿאַר דײַן חבֿר,
געגעבן דײַן האַנט פֿאַר אַ פֿרעמדן,
2 ביסטו געכאַפּט אין די װערטער פֿון דײַן מױל,
ביסטו געפֿאַנגען אין די װערטער פֿון דײַן מױל.
3 טו דאָס דען, מײַן זון, און װער ניצול,
אַז דו ביסט אַרײַנגעפֿאַלן אין דײַן חבֿרס האַנט:
גײ, װאַרף זיך אַנידער, און שטײ-צו צו דײַן חבֿר.
4 זאָלסט נישט געבן קײן שלאָף צו דײַנע אױגן,
און קײן שלומער צו דײַנע ברעמען.
5 זײַ דיך מציל װי אַ הירש אױס דער האַנט,
און װי אַ פֿױגל פֿון פֿאַנגערס האַנט.
6 גײ צו דער מוראַזשקע, דו פֿױלער,
זע אירע װעגן, און װער קלוג;
7 הגם זי האָט נישט קײן האַר,
קײן אױפֿזעער און קײן געװעלטיקער,
8 גרײט זי אָן אום זומער איר ברױט,
האָט זי אָנגעקליבן אין שניטצײַט איר שפּײַז.
9 ביז װאַנען, דו פֿױלער, װעסטו ליגן?
װען װעסטו אױפֿשטײן פֿון דײַן שלאָף?
10 נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען,
נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט;
11 און קומען װי אַ גײ-חיל װעט דײַן אָרימקײט,
און דײַן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן.
12 אַ נידערטרעכטיקער מענטש, אַ מאַן פֿון אומרעכט,
איז דער װאָס גײט אום מיט אַ קרומען מױל,
13 װאָס װינקט מיט זײַנע אױגן, װאָס שאַרט מיט זײַנע פֿיס,
װאָס טײַטלט מיט זײַנע פֿינגער.
14 פֿאַרקערטקײט איז אין זײַן האַרצן,
ער טראַכט בײז אין יעטװעדער צײַט,
קריג מאַכט ער אָן.
15 דערום װעט פּלוצלינג קומען זײַן אומגליק,
פּלוצעם װעט ער צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט נישט זײַן.
16 זעקס זײַנען די װאָס ה׳ האָט פֿײַנט,
און זיבן די אומװערדיקײט פֿון זײַן זעל:
17 האָפֿערדיקע אױגן, אַ ליגנערישע צונג,
און הענט װאָס פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;
18 אַ האַרץ װאָס טראַכט מחשבֿות פֿון אומרעכט;
פֿיס װאָס אײַלן צו לױפֿן צום בײזן;
19 אַ פֿאַלשער עדות װאָס אָטעמט מיט ליגנס,
און דער װאָס מאַכט אָן קריג צװישן ברידער.
20 היט, מײַן זון, דאָס געבאָט פֿון דײַן פֿאָטער,
און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער.
21 בינד זײ אױף דײַן האַרצן תּמיד,
קניפּ זײ אױף דײַן האַלדז.
22 אַז דו װעסט גײן, װעט עס דיך פֿירן,
אַז דו װעסט זיך לײגן, װעט עס דיך היטן,
און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן, װעט עס רעדן צו דיר.
23 װאָרעם דאָס געבאָט איז אַ ליכט, און די לערנונג אַ ליכטיקײט,
און דער װעג פֿון לעבן זײַנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;
24 דיך צו היטן פֿון דער שלעכטער װײַבספּאַרשױן,
פֿון דער גלאַטער צונג פֿון דער פֿרעמדער.
25 זאָלסט נישט גלוסטן איר שײנקײט אין דײַן האַרצן,
און זאָל זי דיך נישט נעמען מיט אירע ברעמען.
26 װאָרעם איבער אַ זוֹנה קומט מען ביז אַ לעבל ברױט,
און אַן אֵשֶת-איש פֿאַנגט די טײַערסטע זעל.
27 קען אַ מענטש שאַרן קױלן אין זײַן בוזעם,
און זײַנע בגדים זאָלן זיך נישט אָנצינדן?
28 צי קען אַ מענטש גײן אױף קױלן,
און זײַנע פֿיס זאָלן נישט אָנגעברענט װערן?
29 אַזױ איז דער װאָס קומט צו זײַן חבֿרס װײַב,
קײנער װאָס רירט זי אָן, קומט נישט אָפּ גלאַט.
30 מע קען נישט פֿאַראַכטן דעם גנבֿ אַז ער גנבֿעט,
אָנצופֿילן זײַן לײַב װען ער איז הונגעריק.
31 אָבער אַז ער װערט געפֿונען, באַצאָלט ער זיבן מאָל אַזױ פֿיל;
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז מוז ער אַװעקגעבן.
32 דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ, איז אָן שׂכל,
זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס.
33 שלעג און שאַנד װעט ער קריגן,
און זײַן חרפּה װעט נישט אָפּגעמעקט װערן.
34 װאָרעם אײפֿערזוכט איז דער גרימצאָרן פֿון אַ מאַן,
און ער װעט נישט שױנען אין טאָג פֿון נקמה.
35 ער װעט נישט אַכטן קײן אױסלײזגעלט,
און נישט באַװיליקן, װי דו זאָלסט מערן שוחד.