Publicidade

Provérbios 25

1 אױך די דאָזיקע זײַנען שפּריכװערטער פֿון שלמהן,

װאָס די לײַט פֿון חִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה

האָבן איבערגעשריבן.

2 דער כּבֿוד פֿון אלֹקים איז פֿאַרבאָרגן אַ זאַך,

און דער כּבֿוד פֿון מלכים איז אױספֿאָרשן אַ זאַך.

3 דער הימל אין הײך, און די ערד אין טיפֿקײט,

און דאָס האַרץ פֿון מלכים, איז נישט צו דערפֿאָרשן.

4 נעם אַרױס די פּסולת פֿון זילבער,

און בײַם שמעלצער קומט אַרױס אַ כּלי;

5 נעם אַװעק דעם רשע פֿון פֿאַרן מלך,

און זײַן טראָן װעט שטײן פֿעסט אױף גערעכטיקײט.

6 זאָלסט זיך נישט שײנדלען פֿאַרן מלך,

און אין דעם אָרט פֿון גרױסע לײַט זאָלסטו נישט שטײן.

7 װאָרעם בעסער מע זאָל דיר זאָגן: קום אַרױף אַהער!

אײדער מע זאָל דיך דערנידערן פֿאַר דעם פֿירשט,

װעמען דײַנע אױגן האָבן געזען.

8 זאָלסט נישט אַרױסגײן האַסטיק זיך קריגן,

װאָרעם װאָס װעסטו טאָן צום סוף דערפֿון,

אַז דײַן חבֿר װעט דיך מאַכן צו שאַנד?

9 קריג זיך דײַן קריג מיט דײַן חבֿר,

אָבער אַ פֿרעמדנס סָוד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן;

10 כּדי דער צוהערער זאָל דיך נישט זידלען,

װאָרעם דײַן רכילות קען נישט צוריקגענומען װערן.

11 גילדערנע עפּל אין זילבערנע פּוץ-כּלים,

איז אַ װאָרט גערעדט צו דער זאַך.

12 אַ גילדערנער אױרינג און אַ צירונג פֿון גינגאָלד

איז אַ קלוגער מוסר-זאָגער פֿאַרן אױער פֿון הערער.

13 װי שנײ קעלט אין טאָג פֿון שניט,

איז אַ באַגלױבטער שליח פֿאַר די װאָס שיקן אים;

װאָרעם ער דערקװיקט די זעל פֿון זײַן האַר.

14 װאָלקנס און װינט אָן רעגן,

איז אַ מענטש װאָס רימט זיך מיט אַ פֿאַלשער מתּנה.

15 מיט אײַנגעהאַלטנקײט װערט איבערגערעדט דער פֿירשט,

און אַ װײכע צונג צעברעכט אַ בײן.

16 האָסטו געפֿונען האָניק, עס פֿיל עס איז גענוג פֿאַר דיר,

כּדי זאָלסט זיך נישט איבערזעטן דערמיט, און עס אױסברעכן.

17 מאַך דײַן פֿוס זעלטן אין הױז פֿון דײַן חבֿר,

כּדי ער זאָל נישט זאַט װערן מיט דיר, און דיך פֿײַנט קריגן.

18 אַ ברעכשטאַנג און אַ שװערד און שאַרפֿע פֿײַל

איז אַ מענטש װאָס זאָגט פֿאַלשע עדות אױף זײַן חבֿר.

19 אַ צעבראָכענער צאָן און אַן אױסגעלונקענער פֿוס,

איז די פֿאַרזיכערונג פֿון דעם פֿעלשער אין טאָג פֿון נױט.

20 װי דער װאָס טוט אױס דעם בגד אין אַ קאַלטן טאָג,

װי עסיק אױף לױגזאַלץ,

אַזױ דער װאָס זינגט לידער

פֿאַר אַן אומעטיקן האַרצן.

21 אַז דײַן שׂונא איז הונגעריק, גיב אים עסן ברױט,

און אַז ער איז דאָרשטיק, גיב אים טרינקען װאַסער;

22 װאָרעם קױלן שיטסטו אים אױפֿן קאָפּ,

און ה׳ װעט דיר באַצאָלן.

23 צפֿון-װינט ברענגט רעגן,

און אַ פֿאַרשטעלטע צונג פֿאַרדראָסיקע פּנימער.

24 בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך,

אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.

25 קאַלטע װאַסער פֿאַר אַ פֿאַרשמאַכטער זעל,

אַזױ איז אַ גוטע בשׂורה פֿון אַ װײַטן לאַנד.

26 אַ קױטיקער קװאַל, און אַ דומפּיקער ברונעם

איז אַ צדיק װאָס בײגט זיך פֿאַרן רשע.

27 צו פֿיל האָניק עסן איז נישט גוט;

און זײַן אײגענעם כּבֿוד אױסצופֿאָרשן איז אױך ניט גוט.

28 אַן אײַנגעבראָכענע שטאָט אָן אַ מױער

איז אַ מענטש װאָס נישטאָ קײן אָפּהאַלט פֿאַר זײַן געמיט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-