Publicidade

Provérbios 5

1 מײַן זון, פֿאַרנעם מײַן חכמה,

נײַג דײַן אױער צו מײַן פֿאַרשטאַנדיקײט,

2 כּדי זאָלסט אָפּהיטן געשײַטקײט,

און דײַנע ליפּן זאָלן אױפֿפּאַסן קענשאַפֿט.

3 װאָרעם האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער,

און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען.

4 אָבער איר סוף איז ביטער װי װערמוט,

שאַרף װי אַ צװײשנײַדיקע שװערד.

5 אירע פֿיס נידערן צום טױט,

אין שְׁאֹול שפּאַרן אָן אירע פֿיס.

6 כּדי זי זאָל נישט גײן דעם גלײַכן װעג פֿון לעבן,

װאָגלען אירע שטעגן, זי װײס נישט װוּהין.

7 און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו,

און איר זאָלט נישט אָפּקערן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.

8 דערװײַטער פֿון איר דײַן װעג,

און זאָלסט נישט גענענען צום אײַנגאַנג פֿון איר הױז,

9 כּדי זאָלסט נישט געבן צו אַנדערע דײַן פֿרישקײט,

און דײַנע יאָרן צו אַן אַכזר;

10 כּדי פֿרעמדע זאָלן זיך נישט זעטן מיט דײַן קראַפֿט,

און דײַן מי זאָל נישט אָנקומען אין הױז פֿון אַ װילדפֿרעמדן;

11 און װעסט ברומען אין דײַן סוף,

װען דײַן לײַב און דײַן פֿלײש װעט זײַן פֿאַרלענדט,

12 און װעסט זאָגן: װי האָב איך פֿײַנט געהאַט מוסר,

און שטראָף האָט פֿאַראַכט מײַן האַרץ,

13 און איך האָב נישט צוגעהערט דעם קֹול פֿון מײַנע װעגװײַזער,

און צו מײַנע לערער נישט צוגענײַגט מײַן אױער!

14 נאָר אין אַ קלײנקײט האָב איך געװען אין אַלע שלעכטע זאַכן

אין דער אײַנזאַמלונג און עדה.

15 טרינק װאַסער פֿון דײַן גרוב,

און לױפֿיקס פֿון דײַן ברונעם.

16 דײַנע קװאַלן װעלן זיך צעשפּרײטן דערױסן,

אין די גאַסן – די בעכן װאַסער.

17 דיר אַלײן װעלן זײ געהערן,

און נישט צו פֿרעמדע מיט דיר.

18 זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט,

און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט.

19 די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין,

אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן,

און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.

20 און נאָך װאָס, מײַן זון, זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער,

און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?

21 װאָרעם פֿאַר ה׳ס אױגן זײַנען די װעגן פֿון אַ מענטשן,

און אַלע זײַנע שטעגן לײגט ער אױס.

22 זײַנע אײגענע זינד באַצװינגען דעם רשע,

און אין די שטריק פֿון זײַן חטא װערט ער פֿאַרהאַלטן.

23 ער שטאַרבט אָן מוסר;

און דורך זײַן גרױס נאַרישקײט װערט ער פֿאַרבלאָנדזשעט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-