Publicidade

Provérbios 27

1 זאָלסט זיך נישט רימען מיט דעם מאָרגעדיקן טאָג,

װאָרעם דו װײסט נישט װאָס דער טאָג װעט געבערן.

2 זאָל דיך לױבן אַן אַנדערער, און נישט דײַן מױל,

אַ פֿרעמדער, און נישט דײַנע ליפּן.

3 שװער איז שטײן, און אַ משׂא איז זאַמד,

אָבער דער כּעס פֿון אַ נאַרן איז שװערער פֿון זײ בײדן.

4 אומדערבאַרעמדיק איז גרימצאָרן, און אַ פֿלײצונג איז כּעס,

אָבער װער קען באַשטײן פֿאַר קנאה?

5 בעסער אַן אָפֿענער פֿאָרװוּרף

אײדער פֿאַרבאָרגענע ליבשאַפֿט.

6 געטרױלעך זײַנען די װוּנדן פֿון אַ גוטן פֿרײַנט,

און צו לאַסט זײַנען די קושן פֿון אַ שׂונא.

7 אַ זאַטע זעל טרעט אױף האָניקזאַפֿט,

און אַ הונגעריקער זעל איז איטלעך ביטערס זיס.

8 װי אַ פֿױגל פֿאַרװאָגעלט פֿון איר נעסט,

אַזױ איז אַ מענטש פֿאַרװאָגעלט פֿון זײַן הײם.

9 אײל און װײַרעך דערפֿרײט דאָס האַרץ,

דאָס גלײַכן די זיסקײט פֿון אַ חבֿר דורך אַ האַרציקער עצה.

10 דײַן גוטן פֿרײַנט,

און דײַן פֿאָטערס גוטן פֿרײַנט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן;

און זאָלסט נישט קומען אין דײַן ברודערס הױז אין טאָג פֿון דײַן בראָך;

בעסער אַ נאָנטער שָכן אײדער אַ װײַטער ברודער.

11 זײַ קלוג, מײַן זון, און דערפֿרײ מײַן האַרץ,

און איך װעל קענען ענטפֿערן דעם װאָס לעסטערט מיך.

12 דער קלוגער זעט דאָס בײז, פֿאַרבאָרגט ער זיך,

די נאַרן גײען װײַטער, װערן זײ געשטראָפֿט.

13 נעם צו זײַן בגד אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן,

און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.

14 דער װאָס בענטשט זײַן גוטן פֿרײַנט

אױף אַ הױכן קֹול פֿרי באַגינען,

װעט עס אים װי אַ קללה גערעכנט װערן.

15 אַ נודנע טריפֿעניש אין אַ רעגנדיקן טאָג,

און אַ װײַב אַ קריגערין, זײַנען גלײַך.

16 דער װאָס באַהאַלט זי, באַהאַלט װינט,

און װי צו האַלטן אײל אין זײַן רעכטע האַנט.

17 אײַזן שלײַפֿט מען מיט אײַזן,

און אײן מענטש שלײַפֿט דעם שאַרף פֿון דעם אַנדערן.

18 דער װאָס היט דעם פֿײַגנבױם, װעט עסן זײַן פֿרוכט,

און דער װאָס פּאַסט אױף זײַן האַר, װעט האָבן כּבֿוד.

19 װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים,

אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן.

20 שְׁאֹול און דער אָפּגרונט װערן נישט זאַט,

און די אױגן פֿון דעם מענטשן װערן נישט זאַט.

21 אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד,

און אַ מענטש לױט זײַן לױב.

22 װען דו זאָלסט שטױסן דעם נאַרן

אין אַ שטײסל מיט אַ מערזער צװישן גריץ,

װעט זיך נישט אָפּטאָן פֿון אים זײַן נאַרישקײט.

23 קענען זאָלסטו קענען דאָס אױסזען פֿון דײַנע שאָף,

גיב אַכטונג אױף די סטאַדעס;

24 װאָרעם נישט אױף אײביק איז רײַכטום;

און איז דען אַ קרױן אױף דור-דורות?

25 די הײ איז אָפּגעשניטן, און פֿרישע גראָז באַװײַזט זיך,

און אײַנגעזאַמלט זײַנען די קרײַטעכער פֿון די בערג,

26 װעלן די שעפּסן זײַן פֿאַר דײַן קלײדונג,

און צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿעלד די בעק;

27 און גענוג ציגנמילך װעט זײַן פֿאַר דײַן שפּײַז –

פֿאַר דעם שפּײַז פֿון דײַן הױזגעזינט,

און דערנערונג פֿאַר דײַנע דינסטמײדלעך.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-