1 די װערטער פֿון אָגור דער זון פֿון יָקֶהן; אַ מוסר. דער מאַן האָט געזאָגט צו איתיאֵלן, צו איתיאֵלן און אוכָלן:
2 פֿאַר װאָר, איך בין פֿאַרגרעבטער פֿון איטלעכן,
און איך האָב נישט קײן פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון אַ מענטשן,
3 און איך האָב נישט געלערנט קײן חכמה,
אַז דערקענונג פֿון הײליקן זאָל איך װיסן.
4 װער איז אַרױף אױפֿן הימל, און אַראָפּגענידערט?
װער האָט געזאַמלט דעם װינט אין זײַנע פֿױסטן?
װער האָט אײַנגעבונדן די װאַסערן אין אַ טוך?
װער האָט אױפֿגעשטעלט אַלע עקן פֿון דער ערד?
װאָס איז זײַן נאָמען?
און װאָס איז דער נאָמען פֿון זײַן זון,
אױב דו װײסט?
5 איטלעך װאָרט פֿון אֱלוֹהַּ איז געלײַטערט;
ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין אים.
6 זאָלסט נישט צולײגן צו זײַנע װערטער,
כּדי ער זאָל דיך נישט פֿאָרהאַלטן, און װעסט בלײַבן אַ ליגנער.
7 צװײ זאַכן בעט איך בײַ דיר,
זאָלסט זײ נישט פֿאַרמײַדן פֿון מיר, אײדער איך שטאַרב:
8 פֿאַלשקײט און װערטער פֿון ליגן דערװײַטער פֿון מיר;
נישט אָרימקײט און נישט עשירות זאָלסטו מיר געבן,
שפּײַז מיך מיט ברױט פֿאַר מײַן אױסקומעניש;
9 כּדי איך זאָל נישט װערן צו זאַט,
און לײקענען, און זאָגן: װער איז ה׳?
און כּדי איך זאָל נישט װערן צו אָרים, און גנבֿען,
און אָנרירן דעם נאָמען פֿון מײַן ג-ט.
10 זאָלסט נישט פֿאַרמַסרן אַ קנעכט פֿאַר זײַן האַר,
װאָרעם ער װעט דיך שילטן, און װעסט זיך פֿאַרשולדיקן.
11 פֿאַראַן אַ דור װאָס שילט זײַן פֿאָטער,
און בענטשט נישט זײַן מוטער.
12 פֿאַראַן אַ דור רײן אין זײַנע אױגן,
און פֿון זײַן קױט נישט אָפּגעװאַשן.
13 פֿאַראַן אַ דור – װי הױך זײַנען זײַנע אױגן!
און זײַנע ברעמען װי אױפֿגעהױבן!
14 פֿאַראַן אַ דור װאָס זײַנע צײן זײַנען שװערדן,
און זײַנע באַקצײנער, מעסערס,
צו פֿאַרצערן די אָרימע אױסן לאַנד,
און די אבֿיוֹנים פֿון צװישן מענטשן.
15 פֿון עַלוּקָהן: פֿאַראַן צװײ טעכטער: גיב! גיב!
פֿאַראַן דרײַ װאָס װערן נישט זאַט,
פֿיר װאָס זאָגן נישט גענוג:
16 שְׁאֹול, די פֿאַרשלאָסענע געבער־מוטער,
די ערד װאָס װערט נישט זאַט מיט װאַסער,
און דאָס פֿײַער װאָס זאָגט נישט, גענוג!
17 דאָס אױג װאָס שפּאָט פֿון אַ פֿאָטער,
און פֿאַראַכט צו געהאָרכן אַ מוטער,
זאָלן עס אױספּיקן די ראָבן פֿון טאָל,
און זאָלן עס אױפֿעסן די קינדער פֿון אָדלער.
18 פֿאַראַן דרײַ װאָס זײַנען פֿאַרהױלן פֿון מיר,
יאָ, פֿיר װאָס איך פֿאַרשטײ זײ נישט:
19 דער װעג פֿון אָדלער אין הימל,
דער װעג פֿון דער שלאַנג אױף אַ פֿעלדז,
דער װעג פֿון אַ שיף אין מיטן ים,
און דער װעג פֿון אַ מאַן מיט אַ יונגפֿרױ.
20 אַזױ איז דער שטײגער פֿון אַ פֿרױ אַ נואפֿטע:
זי עסט און װישט אָפּ איר מױל,
און זאָגט: איך האָב נישט געטאָן קײן בײז.
21 אונטער דרײַען ציטערט די ערד,
יאָ, אונטער פֿירן קען זי נישט אױסהאַלטן:
22 אונטער אַ קנעכט, אַז ער װערט אַ מלך,
און אַ מנוּװל, אַז ער האָט ברױט צו זאַט;
23 אונטער אַ מיאוסער, אַז זי קריגט אַ מאַן,
און אַ דינסט, אַז זי ירשעט איר האַרינטע.
24 פֿיר זײַנען די קלענסטע אױף דער ערד,
און זײ זײַנען די קליגסטע חכמים:
25 די מוראַזשקעס זײַנען אַ פֿאָלק נישט שטאַרק,
און זײ גרײטן אָן אום זומער זײער שפּײַז;
26 די קיניגלס זײַנען אַ פֿאָלק נישט מאַכטיק,
און זײ מאַכן אין פֿעלדז זײער הױז;
27 נישטאָ קײן מלך בײַ די הײשעריקן,
און זײ גײען אַרױס אין מחנות אַלע;
28 די יאַשטשערקע קענסטו מיט די הענט אָננעמען,
און זי איז אין קיניגלעכע פּאַלאַצן.
29 דרײַ האָבן אַ שײנעם טראָט,
יאָ, פֿיר גײען שײן:
30 דער לײב, דער שטאַרקסטער צװישן די חיות,
װאָס קערט זיך נישט אָפּ פֿאַר קײנעם;
31 דער שפּאַצירט זיך אַרום האָן, און דער באָק;
און דער מלך, װאָס נישטאָ קעגן אים קײן באַשטאַנד.
32 אױב דו האָסט זיך פֿאַרמיאוסט דורך איבערנעמען זיך,
איז, אױב דו ביסט איבערלײגט, טו די האַנט אױפֿן מױל,
33 װאָרעם דריקן מילך ברענגט אַרױס פּוטער,
און דריקן די נאָז ברענגט אַרױס בלוט,
און דריקן צאָרן ברענגט אַרױס קריג.