1 די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;
2 כּדי צו װיסן חכמה און מוסר,
צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;
3 צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט,
גערעכטיקײט און רעכט און יושר;
4 צו געבן די נאַרן געשײַטקײט,
דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;
5 דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג,
און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;
6 צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה,
די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.
7 דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר ה׳,
אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר.
8 הער צו, מײַן זון, דעם מוסר פֿון דײַן פֿאָטער,
און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;
9 װאָרעם אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ,
און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.
10 מײַן זון, אַז די זינדיקע װעלן דיך אָנרעדן,
זאָלסטו נישט אײַנװיליקן.
11 אַז זײ װעלן זאָגן: קום מיט אונדז!
לאָמיר לױערן אױף בלוט,
לאָמיר לאָקערן אױפֿן אומשולדיקן פֿאַר אומזיסט;
12 לאָמיר זײ אײַנשלינגען לעבעדיקערהײט װי די שְׁאֹול,
און גאַנצערהײט װי די װאָס נידערן אין גרוב;
13 אַלערלײ טײַערע גוטס װעלן מיר געפֿינען,
מיר װעלן אָנפֿילן אונדזער הױז מיט רױב;
14 װאַרף דײַן גורל צװישן אונדז,
אײן בײַטל װעט זײַן בײַ אונדז אַלעמען;
15 זאָלסטו נישט גײן, מײַן זון, מיט זײ אין װעג,
פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון זײער שטעג.
16 װאָרעם זײערע פֿיס לױפֿן צו בײז,
און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן בלוט.
17 װאָרעם פֿאַר אומזיסט איז אױסגעשפּרײט די נעץ,
אין די אױגן פֿון אַלע געפֿליגלטע,
18 בעת מע לױערט אױף זײער בלוט,
מע לאָקערט אױף זײערע לעבנס.
19 אַזױ זײַנען די װעגן פֿון איטלעכן װאָס איז גײַציק נאָך רױב;
עס נעמט אַװעק דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט עס.
20 די חכמה שרײַט אױף דער גאַס,
אין די מערק לאָזט זי אַרױס איר קֹול;
21 אין עק פֿון רױשיקע גאַסן רופֿט זי,
בײַ די טױעראײַנגאַנגען,
אין שטאָט, רעדט זי אירע רײד:
22 ביז װאַנען, איר פֿאַרנאַרטע, װעט איר ליב האָבן נאַרישקײט,
און די שפּעטער װעלן זיך גלוסטן געשפּעט,
און די נאַרן װעלן פֿײַנט האָבן װיסן?
23 קערט אײַך צו מײַן מוסר,
אָט װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט צו אײַך,
איך װעל אײַך מאַכן װיסן מײַנע װערטער.
24 װײַל איך האָב גערופֿן, און איר האָט נישט געװאָלט,
אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און קײנער האָט נישט פֿאַרנומען,
25 נאָר איר האָט געמאַכט צו נישט מײַן יעטװעדער עצה,
און מײַן מוסר האָט איר נישט געװאָלט,
26 װעל איך אױך לאַכן אױף אײַער בראָך,
איך װעל שפּעטן װען אײַער שרעק װעט קומען;
27 װען עס קומט װי אַ געװיטער אײַער שרעק,
און אײַער בראָך װעט װי אַ שטורעמװינט אָנקומען;
װען עס קומט אױף אײַך נױט און אַנגסט.
28 דענצמאָל װעלן זײ מיך רופֿן, און איך װעל נישט ענטפֿערן,
זײ װעלן מיך זוכן, און װעלן מיך נישט געפֿינען.
29 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿײַנט געהאַט װיסן,
און מורא פֿאַר ה׳ נישט אױסגעװײלט;
30 נישט אײַנגעװיליקט צו מײַן עצה,
פֿאַראַכט מײַן גאַנצן מוסר.
31 דערום װעלן זײ עסן פֿון דער פֿרוכט פֿון זײער װעג,
און מיט זײערע עצות זיך זעטן.
32 װאָרעם די אָפּקערונג פֿון די פֿאַרנאַרטע װעט זײ הרגען,
און די שלװה פֿון די נאַרן װעט זײ אונטערברענגען.
33 אָבער דער װאָס הערט מיר צו װעט װױנען אין זיכערקײט,
און באַרוט זײַן פֿון שרעק פֿאַר בײז.