Publicidade

Provérbios 3

1 מײַן זון, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן מײַן לערנונג,

און מײַנע געבאָט זאָל היטן דײַן האַרץ.

2 װאָרעם אַריכת-ימים און יאָרן פֿון לעבן

און פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן.

3 גענאָד און אמת זאָלן דיך נישט פֿאַרלאָזן,

בינד זײ אַרום דײַן האַלדז,

שרײַב זײ אָן אױפֿן טאָװל פֿון דײַן האַרצן,

4 און געפֿין חֵן און גוטן שׂכל

אין די אױגן פֿון אלֹקים און פֿון לײַט.

5 פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,

און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.

6 אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,

און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.

7 זאָלסט נישט זײַן אַ חכם אין דײַנע אױגן,

האָב מורא פֿאַר ה׳, און קער זיך אָפּ פֿון בײז.

8 דאָס װעט זײַן אַ הײלונג פֿאַר דײַן נאָפּל,

און אַ זאַפֿט פֿאַר דײַנע בײנער.

9 גיב כּבֿוד צו ה׳ פֿון דײַן גוטס,

און פֿונעם ערשטן פֿון אַל דײַן תּבֿואה,

10 און דײַנע שפּײַכלערס װעלן פֿול זײַן מיט זעט,

און דײַנע קעלטערס װעלן פֿלײצן מיט װײַן.

11 דעם מוסר פֿון ה׳ זאָלסטו, מײַן זון, נישט פֿאַראַכטן,

און זאָלסט נישט פֿאַראומװערדיקן זײַן שטראָף.

12 װאָרעם דעם װאָס ה׳ האָט ליב, דעם שטראָפֿט ער,

און װי אַ פֿאָטער דעם זון װאָס ער האָט ליב.

13 װױל צו דעם מענטשן װאָס געפֿינט חכמה,

און דעם מענטשן װאָס קריגט פֿאַרשטאַנדיקײט.

14 װאָרעם איר סחורה איז בעסער װי סחורה פֿון זילבער,

און מער װי גינגאָלד איר אײַנקום.

15 זי איז טײַערער פֿון פּערל,

און אַלע דײַנע חפֿצים זײַנען נישט גלײַך צו איר.

16 אַריכת-ימים איז אין איר רעכטער האַנט,

אין איר לינקער עשירות און כּבֿוד.

17 אירע װעגן זײַנען װעגן פֿון ליבלעכקײט,

און אַלע אירע שטעגן זײַנען שלום.

18 אַ בױם פֿון לעבן איז זי פֿאַר די װאָס האַלטן זי פֿעסט,

און דער װאָס האַלט זיך אָן איר איז באַגליקט.

19 ה׳ האָט מיט חכמה געגרונטפֿעסט די ערד,

ער האָט אױפֿגעשטעלט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט.

20 דורך זײַן װיסן האָבן זיך די תּהומען געשפּאָלטן,

און די הימלען טריפֿן טױ.

21 מײַן זון, זאָלן זײ נישט אַװעק פֿון דײַנע אױגן;

היט קלוגשאַפֿט און געשײַטקײט,

22 און זײ װעלן זײַן לעבן פֿאַר דײַן לײַב,

און חן אױף דײַן האַלדז.

23 דענצמאָל װעסטו גײן אין זיכערקײט דײַן װעג,

און װעסט נישט אָפּשלאָגן דײַן פֿוס.

24 אַז דו װעסט זיך לײגן װעסטו נישט אַנגסטן,

און װעסט ליגן, און זיס װעט זײַן דײַן שלאָף.

25 זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר אַן אומגעריכטן שרעק,

און פֿאַר דער פֿאַרװיסטונג פֿון די רשעים, װען זי קומט.

26 װאָרעם ה׳ װעט זײַן דײַן בטחון,

און װעט היטן דײַן פֿוס פֿון באַצװינגעניש.

27 זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן גוטס פֿון דעם װאָס דאַרף עס,

װען דײַן האַנט האָט בכּוֹח צו טאָן.

28 זאָלסט נישט זאָגן צו דײַן חבֿר:

גײ, און קום װידער,

און מאָרגן װעל איך געבן,

װען דו האָסט בײַ זיך.

29 זאָלסט נישט טראַכטן אַ רָעה אױף דײַן חבֿר,

װען ער זיצט אין זיכערקײט בײַ דיר.

30 זאָלסט זיך נישט קריגן מיט אַ מענטשן אומזיסט,

אױב ער האָט דיר נישט געטאָן קײן רָעה.

31 זאָלסט נישט מקנא זײַן דעם מאַן פֿון אומרעכט,

און זאָלסט נישט אױסװײלן קײנעם פֿון זײַנע װעגן.

32 װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז דער פֿאַרקערטער,

און מיט די רעכטפֿאַרטיקע איז ער פֿאַרטרױט.

33 די קללה פֿון ה׳ איז אין הױז פֿון רשע,

און די װױנונג פֿון צדיק בענטשט ער.

34 אױב שפּעטער – מאַכט ער זײ צום געשפּעט,

אָבער די שטילע גיט ער חן.

35 כּבֿוד אַרבן די חכמים,

און נאַרן קלײַבן אױף שאַנד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-