1 פֿון דָוִדן אַ באַטראַכטונג.
װױל צו דעם װאָס זײַן פֿאַרברעך איז פֿאַרגעבן,
װאָס זײַן חטא װערט פֿאַרדעקט.
2 װױל צו דעם מענטשן װאָס ה׳ רעכנט אים נישט קײן זינד,
און אין זײַן גײַסט איז נישטאָ קײן באַטרוג.
3 אַז איך האָב געשװיגן, האָבן מײַנע בײנער געפֿױלט,
פֿון מײַן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג.
4 װאָרעם טאָג און נאַכט פֿלעגט שװער זײַן אױף מיר דײַן האַנט,
מײַן זאַפֿט איז פֿאַרביטן געװאָרן װי אין פֿאַרטריקנטע זומעראױפּס.
סֶלָה.
5 האָב איך דיך געלאָזט װיסן מײַן חטא,
און מײַן זינד האָב איך נישט פֿאַרדעקט.
איך האָב געזאָגט: איך װעל זיך מודה זײַן אױף מײַנע
פֿאַרברעכן צו ה׳;
און דו האָסט פֿאַרגעבן די שולד פֿון מײַן זינד. סֶלָה.
6 אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל זײַן צו דיר,
אין דער צײַט װאָס מע קען דיך געפֿינען:
אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער,
זאָלן זײ צו אים אָבער נישט דערגרײכן.
7 דו ביסט מײַן פֿאַרבאָרגעניש,
פֿון דעם פֿײַנט באַהיטסטו מיך;
מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונג
רינגלסטו מיך אַרום. סֶלָה.
8 איך װעל דיך קלוג מאַכן
און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן,
איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר.
9 איר זאָלט נישט זײַן װי אַ פֿערד, װי אַ מױלאײזל, אָן פֿאַרשטאַנד,
װאָס מיט צאַם און געביס מוז מען אײַנהאַלטן זײַן אימפּעט,
אַז מע זאָל נישט קענען גענענען צו דיר.
10 פֿיל װײטאָגן האָט דער רשע,
אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,
אים װעט אַרומרינגלען גענאָד.
11 פֿרײט זיך מיט ה׳, און זײַט לוסטיק, צדיקים,
און זינגט, אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.